דינסטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוחנן שור הי"ו - ב"פ.
נאכן דאווענען זענען די געסט זיך אריבער געזעגענען,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א א קבוצה בחורים ממציוני ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הר"ר וואלף לאנדא שליט"א אויף שו"ע יורה דעה ח"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אינעם טעראסע בחצר ביתו נאוה קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
נאך מעריב זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבת מתיבתא פון לעיקוואד,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די בחורים.
א גוטע נאכט.
~🌴~