מאנטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הב' יוסף מענדל בהר"ר חיים בנימין כהנא הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: ר' שלמה היימליך הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א.
עס איז געקויפט געווארן דורך הב' עזריאל ב"ר מאיר וועזעל הי"ו - ק"י, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הב' בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט זיך אריבער געזעגענען,
דערנאך איז פארגעקומען די אפשערן לבן ר' דוד ווייס הי"ו - ק"י, דער רבי האט אפגעשוירן עטליכע האר און אנגעטוהן די ציצית און די קאפל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~