תשעה באב בצל הקודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=תשעה באב בצל הקודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר=
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מעריב אינעם דעזיגנירטער זאל אינעם דערנעבענדיגן טשענדלעיר האטעל ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט ברכת בורא מאורי האש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד.
איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אינעם דעזיגנירטער זאל אינעם טשענדלעיר האטעל ארום 9:45.
בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט די ברכות, עקידה, קרבנות, איזהו מקומן, א.א.וו. ביז נאך שמו"ע.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו - ק"י.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
גלילה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות עצומות.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב.
די קינות האט פארגעזאגט הר"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך באדאנקט פארן גוי'אישן מענעדשער פונעם האטעל פארן אוועק געבן דעם זאל פאר די תפילות.
~
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 6:45.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ד' פרשיות, דער רבי האט געקישט די ציצית ביי קר"ש.
און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפלה: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - ק"י.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא מענדלאוויטש הי"ו - ק"י.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים.
דערנאך האט דער רבי אנגעטון תפילין דר"ת.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
נאך מנחה האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס ווי מען האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די מנהג צו מען זאגט ברכת כהנים תשעה באב ביי מנחה, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די בלוטיגע היסטאריע פון די קרייצצוגלער און איבער פארשידענע קינות וועלכע זענען געמאכט געווארן נאך פארשידענע צרות, און און איבער די קינות וועלכע זענען געמאכט געווארן נאכן צווייטן וועלט מלחמה,
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ארום 9:20.
בעל תפלה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און מען האט געזינגען ניגוני גאולה.
דערנאך האט זיך דער רבי אנגעטון די שיך.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין גאס ווי דער רבי האט אראפגעוואקט די גאס פאר עטליכע מינוט און דער רבי האט מחדש געווען די לבנה מיט גרויס שמחה.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
~🌴~