שבת קודש פרשת דברים - חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת דברים - חזון בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת עסק התורה סניף מאנסי.
ערב שבת אויפן וועג צום מקוה האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבת עסק התורה סניף מאנסי אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה,
הב' אהרן ב"ר זלמן לייב פילאפף,
הב' ליפא ב"ר חיים עזריאל פריעד,
הב' ליפא ב"ר יואל קויפמאן,
הב' ישעי' מאיר ב"ר יואל בלייך,
הב' יוסף זונדל בהר"ר דוד הירש,
הב' וואלף ב"ר יואל שטיין,
הב' משה עמרם ב"ר יצחק מיכאל גראד,
הב' אליעזר יו"ט בהר"ר אשר אנטשיל גרובער.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, ביי חזרת הש"ץ האט דער רבי מאריך געווען בקול בוכים ביי די ברכות ווי מען בעט אויף די גאולה.
קבלת שבת: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - מאנסי בן אב"ד ווייטצען שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה הדברים אשר דבר משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א - מנהל הישיבה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ט' אב.
קה רבון עלם: הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו - מאנטריאל.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:55.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן מתתי' פריעדלענדער הי"ו - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א - מנהל ישיבת עסק התורה.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
לוי: הב' ב"ר הערשל לעווי הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו - ק"י.
רביעי: הבה"ח נפתלי דוד ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו - וומ"ס.
חמישי: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך, ווי אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א לרגל הולדת בתו למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' יעקב פריעד הי"ו - ק"י.
הוספות:
הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו - וומ"ס.
הבה"ח אפרים פישל ב"ר יעקב לאנדא הי"ו.
הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
ר' אלטר ברוך גפן הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו - ק"י.
מפטיר: הב' ב"ר הערשל לעווי הי''ו.
הגבה: ר' יצחק לעווי הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' ב"ר יואל חיים לעבאוויטש הי"ו - ק"י.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה יואל שפירא הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:10,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא ביי נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט מען מאריך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה.
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געווינטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו - ק"י.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו - ק"י.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף 'ומפני חטאינו גלינו מארצנו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
ברכת המזון: הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:10.
מען האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו - ק"י.
כהן: הב' משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הב' שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו - ק"י.
שלישי: הב' מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - ק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הב' ב"ר אברהם מרדכי גראס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 3:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו די זמירות שלו"ס ודברי תורה ארום 7:50.
דער רבי האט געגעסן א כזית חלה און געווינטשן לחיים.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יעקב פריעד הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'גלתה יהודה מעוני' וואס די מדרש זאגט אז מען איז געגאנגען אין גלות ווייל מען האט נישט געגעסן קיין לחם עוני,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז וויבאלד די אידן זענען נישט געווען נזהר בעניני קדושה האבן זיי פארלוירן די צלם אלוקים במילא זענען די תפילות נישט נתקבל געווארן און מען האט נישט געקענט תשובה טוהן אויף אלע אנדערע הארבע עבירות, האט דער רבי געזאגט אז די סגולה פון מצוות מצה איז אז מען זאל נישט נכשל ווערן מיט מחשבות זרות, קומט אויס אז וויבאלד מען האט נישט געגעסן קיין מצה איז מען נכשל געווארן בעניני קדושה האט מען פארלוירן די צלם אלוקים במילא איז די תשובה נישט נתקבל געווארן, און פארדעם איז מען געגאנגען אין גלות,
און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות אז כל דור שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו, און נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע אז 'כשאתם זוכים אתם מונים לבנינה ואם אי אתם זוכים אתם מונים לחורבנה' און געזאגט אז מען שטייט שוין 1954 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און דאס איז וויבאלד מען איז מוסיף חטא על פשע און מען טוט נישט תשובה אויף די חטאים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט די ווערטער פונעם רבין פון לובלין זי"ע אז ווען משיח וועט קומען וועט תשעה באב זיין א יו"ט און מען וועט זאגן "ותתן לנו ה' אלוקינו את יום התשעה באב הזה" און געווינטשן מען זאל שוין זוכה זיין צו דעם במהרה, ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק במהרה בב"א.
ידיד נפש: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו.
פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מען האט געענדיגט ארום 9:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~