דינסטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג דברים=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא דרעזדנער הי"ו - ק"י.
ב"ר קלמן אייזדארפער הי"ו - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן אריה"ק זי"ע.
בעל תפילה: ר' משה נח גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער פארשידענע זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע, און דערנאך ארומגערעדט עובדות וסיפורים ומנהגי קודש פונעם הייליגן אריה"ק זי"ע.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן אריה"ק זי"ע.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימידו אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:25. און נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~