זונטאג דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג דברים=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען, און הב' יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א הב' ברוך בענדיט ב"ר יעקב גליק הי"ו - וומ"ס, אויף קרוב צו טויזענט בלאט גמרא.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימידו אין ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:25. און נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~