פרייטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג מטו"מ=
~ר"ח אב~
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה כ"ץ הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
פתיחה: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל במוסדותינו הק' בבארא פארק.
עליות:
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר משה כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ.
גלילה: הרה"ח ר' משה כ"ץ הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען אב"ד צאנז ק"י שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די יארצייט פון אהרן הכהן, און געזאגט אז לויט ווי עס ווערט געברענגט אז די כ"ב ימי בין המצרים איז אנטקעגן די כ"ב ימים טובים קומט אויס אז ר"ח אב איז אנטקעגן די ערשטע טאג סוכות וואס איז א זכר פאר די ענני הכבוד און די ענני הכבוד איז געווען בזכות פון אהרן הכהן, און דערנאך ארומגערעדט פונעם קרייזער רב הרה"ק ר' אהרן האלבערשטאם זצ"ל בן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט ר"ח אב,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון די ניין טעג.
א גוט שבת.
~🌴~