ערש"ק אמור - ל"ג בעומר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ערש"ק אמור - ל"ג בעומר
היינט פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי
אינאיינעם מיט אלע תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים,
דער רבי האט מכבד געווען הרה"ג מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה"ק פארצוזינגען די שירים ופיוטים לכבוד היום
דערנאך האט דער רבי געטאנצן לכבוד היום
דאן איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום בית רחל פאראדייס זאל פירן טיש מיט די תלמידי שיעור ג' פון די אכט סניפי ישיבות קטנות פון קרית יואל
אום 12:55 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל ווי דער רבי האט געטאנצן לכבוד היום פאר עטליכע מינוט
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן און דער רבי האט אויפגעריסן די חלה ווי די מנהג איז
נאך די פיש האט דער רבי ארומגערעדט פאר עטליכע מינוט איבער די מקור פונעם מנהג וואס שטאמט פון הייליגן דברי חיים זי''ע
נאך די פלייש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' אין ירושלים פארצוזינגען די שירים ופיוטים לכבוד היום
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים ווי דער רבי האט געזאגט דברי תורה לכבוד היום
צום סוף פון די דברות קודש האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט וויאזוי א איד דארף צו עסן, בענטשן פון אינעווייניג, עסן מיט א הוט, און זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות
דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' אין ירושלים מיטן בענטשן און דאן איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש
א גוט שבת