דינסטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די אתרוגים פון ארץ ישראל אום שמיטה, און איבער די מצב פון אידישקייט נאך די ערשטע וועלט מלחמה, און איבער די התייסדות פון בתי חינוך לבנות אין אייראפע, און אין אמעריקע דורך רביה"ק זי"ע,
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נסיעה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע קיין סיגוט.
א גוטע נאכט.
~🌴~