שבת קודש פרשת פנחס -שבת מבה"ח מנחם אב- בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת פנחס -שבת מבה"ח מנחם אב- בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
ארום 6:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, נאך די מקוה האט דער רבי געצינדן לעכט ביים עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
און ווי אויך האבן
הב' יעקב ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש,
הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער,
הב' אשר לעמיל ב"ר לוי יצחק לאנדא,
הב' יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף,
הב' אהרן ב"ר יוסף מענדל פרידריך,
הב' בנימין דוד בן הר"ר ליפא סאמעט,
איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
קבלת שבת: הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל הישיבה.
מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי שליט"א - חתן האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל המוכה זמרי בן סלוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מודעה רבה לאוריתא.
קה אכסוף: הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס - מאנטריאל.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די קינדער זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכר ביי נכד ר' דוד יודא קאהן.
אז ביום השביעי: הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: הרב יעקב יצחק האראוויץ הי"ו.
חמישי: הרב ברוך נחמן הערשקאוויטש הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר שמשון שרגא פאגעל הי"ו - ק"י.
הוספות:
הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א - ר"מ בישיבה.
הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - וומ"ס.
החתן בערל ב"ר יודל פערלשטיין הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' יואל ברש"ז שטיין הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו - ר"מ בישיבה.
הב' רפאל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו - ק"י.
הגבה: ר' דוד בערנאטה הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הב' אהרן הערש בר"י שטיין הי"ו - וומ"ס.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת מטות.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ח תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמשון שרגא פאגעל הי"ו - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:05.
~
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:50,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געווינטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי"ו - ק"י.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל המוכה זמרי בן סלוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עבד שפדאוהו לשם עבדות.
ברכת המזון: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו.
כהן: הב' יצחק ב"ר אברהם יושע לאנדא הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו.
שלישי: הב' אברהם ב"ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי"ו - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו - ב"פ.
גלילה: הב' שמעון בהרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי געגעסן מאכלי חלב ווי עס איז געווען די מנהג ביי רביה"ק צו עסן מאכלי חלב ביי איין שלו"ס בימי בין המצרים, דער רבי האט טועם געווען פוטער און געטרינקן א קאווע,
ווי אויך האט דער רבי פארטיילט שריים פון די פיש פארן גאנצען ציבור,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל, און ארויסגעברענגט אז דורכדעם וואס די אידן זענען נישט נזהר געווען בעניני קדושה זענען זיי נכשל געווארן מיט די ג' עבירות חמורות און דאס האט צוגעברענגט די חורבן ביהמ"ק,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז יעצט ווען מען שטייט אין די ימי בין המצרים איז די צייט צו מתקן זיין די פגם אויף וואס ירושלים איז חרוב געווערן און מען דארף מאכן גדרים וסיגים בעניני קדושה און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו די גאולה השלימה במהרה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
פארן בענטשן האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מנהג פון עסן מאכלי חלב ביי שלו"ס בימי בין המצרים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויאזוי עס האבן זיך געפירט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע און רבותינו הק' זי"ע.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך כ"ח תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' אברהם יצחק בן הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו בק"י, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום מלוה מלכה ברוב עם אין ביהמ"ד לרגל די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם מיטוואך כ"ח תמוז,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מלוה מלכה,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
אויפן וועג ארויס האט הב' שלום יואל ב"ר חיים משה פעדער איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
א גוטע וואך.
~🌴~