פרייטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג פנחס=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת פעסיל לאה ע"ה בת הרה"ק ר' אהרן זצ"ל אב"ד וואלאווא.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און הב' שלמה ב"ר בעריש גראס - מאנטריאל, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם זיידן די וואלאווא רב זצ"ל, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען די שידוך פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע מיט די רעביצין ע"ה.
~
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 8:07.
תפילת מנחה: 8:50.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
סוף זמן קרי"ש: 8:32.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען.
מנחה ושלו"ס: 8:50.
מוצ"ש ארום 12:30 וועט דער רבי אריינקומען אין ביהמ"ד צום סעודת מלוה מלכה ברוב עם לרגל די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע וואס געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך כ"ח תמוז.
א גוט שבת.
~🌴~