מיטוואך פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פנחס=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבת עסק התורה - שיעור ג' סניף טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, נאכן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט ווארעם געווינטשן ברכת קדשו,
דערנאך דער רבי האט אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן מנהל שליט"א איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם טשעסטער געגענט און איבער שכונת ויואל משה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בתי מדרשים וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג אין אייראפע.
א גוטע נאכט.
~🌴~