דינסטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג פנחס=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
נאך מעריב האט שלום גענומען הר"ר פסח גראסמאן הי"ו פון לעיקוואד וועלכע דינט אלץ משגיח כשרות מטעם התאחדות הרבנים אויפן נייעם קאך אינעם דערנעבענדיגן PMR רעזארט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות, ווי אויך איז אנוועזנד געוועהן די בעה''ב הרה"ח ר' יצחק רודריך הי"ו און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די פולע איינרוכטונגען וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן לטובת די פילע אנשי שלומינו וועלכע קומען וויילן אין די זומער טעג, און איבער די פלענער אויף ווייטער, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו, און דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~