מאנטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פנחס=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב יושע זאבעל הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
עליות:
כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א,
עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו - וומ"ס, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו.
גלילה: הב' וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער.
נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף חדרו הפרטי אינעם ביהמ"ד, און מכבד געווען הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א צו לייגן די מזוזה אויפן אנדערן טיר, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~