שבת קודש פרשת בלק בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בלק בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און ווי אויך הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד אינאיינעם מיט א קבוצה בחורי שלומינו פון לעיקוואד.
ארום 6:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, אויפן וועג צום מקוה האבן שלום גענומען דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א אינאיינעם מיט די קבוצה בחורי שלומינו,
נאך די מקוה האט דער רבי איבערגעקוקט די עירוב וועלכע לויפט פונעם ביהמ"ד ביז ביתו נאוה קודש געמאכט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער - טאהש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' בק"י.
מנוחה ושמחה: הרב חיים ענגלענדער - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויגר מואב מאוד כי רב הוא' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברכת המזון: דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' משה דוד מ'טאלטשווא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו - ק"י.
לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער.
שלישי: דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א.
רביעי: החתן מאיר דוב ב"ר אהרן שאול סאנדעל הי"ו - ק"י.
חמישי: הבחור המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: החתן ישראל אהרן ב"ר יושע סטראלאוויטש הי"ו - ב"פ.
הוספות: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א. הר"ר אברהם לוי ליבורוב - מאסאטשוסעטס.
הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס.
הר"ר אברהם יעקב יאקאב.
הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו - מאנטריאל.
הר"ר אברהם יצחק כאירה.
ר' אליעזר ווייזער הי"ו - ק"י.
אחרון: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
הגבה: הב' הערשל ב"ר יודא לייב לאוב - ק"י.
גלילה: הב' משה אהרן ב"ר יואל שעהנברוין - ק"י.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ג תמוז.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים ענגלענדער.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:30,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געווינטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ר"מ בישיבה.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו' און ארומגערעדט בדברי אגדה אז אין זכות פון די הקפות גייט אוועק די מסך המבדיל צווישן כלל ישראל און הקב"ה און אזוי קען מען תשובה טוהן מאהבה.
און דער רבי האט נאכגעזאגט אז די ימי בין המצרים זענען אנטקעגן די ימים טובים און תשעה באב איז אנטקעגן שמחת תורה, און די אגרא דכלה זאגט אז בראשית איז ר"ת רצה אלקים שישמחו ישראל בשמחת תורה, האט דער רבי געזאגט אז מען רעדט פון תשעה באב און געזאגט אז הקב"ה וויל אז תשעה באב זאל שוין ווערן א יו"ט און מען זאל טאנצן הקפות אום תשעה באב, און דער רבי האט צוגעענדיגט בברכת והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ברכת המזון: הר"ר יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' דוד יצחק בר"י ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
שלישי: הב' ברוך ב"ר אהרן דוד גרינפעלד הי"ו - לאנדאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו - טאהש.
גלילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו - ק"י.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שריים פון די פיש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו - וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד די אידן זענען נישט געווען נזהר אין מידת האמת האט דער יצר הרע געהאט די כח צו צובע זיין עבירות פאר מצוות און דורך דעם מכשיל זיין מיט די הארבסטע עבירות וואס דאס האט צוגעברענגט די חורבן ביהמ"ק,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מען איז יעצט אריין אין די ימי בין המצרים דארף מען זען זיך אכטונג צו געבן די דיבורים ח"ו נישט צו רעדן קיין שקרים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו בנין ביהמ"ק במהרה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי"ו - ק"י.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמחה שאמועל הי"ו - ק"י.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ג תמוז.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו באנטווערפן, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
מוצ"ש איז אריבערגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א און עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט בצל הקודש,
און דערנאך זענען אריבער די בחורים זיך געזעגענען, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר די בחורים און פארן דיין שליט"א.
א גוטע וואך.
~🌴~