דאנערשטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בלק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברמ''מ פריעדמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע אליעזר ווייסמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה טובי' גדלי' ראזענבערג,
ב"ר ישכר דוב מיטטעלמאן,
ב"ר ברוך יודא שפילמאן,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די שיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א פון ישיבה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן למנוחת הנפש.
ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן ביז דאנערשטאג פרשת ואתחנן,
אינטערוועגענס ארום 3:45 האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין וואטערבערי קאנעטיקוט ווי דער רבי האט באזוכט ביי ישיבת אהל תורה אסטרובצא בראשות הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א - אב"ד מיהאלדי, וועלכע וויילן דארט אין די יעצטיגע זומער טעג,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, און נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די ראש ישיבה - מיהאלדי רב שליט"א און די מגידי שיעור, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה און פאר די בחורים,
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ארטיגן כולל אברכים דוואטערבערי ווי דער רבי האט משמיע געווען א שיעור אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה, ביים שיעור זענען אויך אנוועזנד געווען די תלמידי ישיבת אסטרובצא, און די רבנים פונעם געגענט,
דערנאך ארום 4:45 האט דער רבי ממשיך געווען די וועג קיין ניו העמפשיר, דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:40.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע איינריכטונגען וועלכע זענען צוגעבויעט געווארן לתועלת די פילצאליגע געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש, און די געסט זענען אריבער שלום נעמען,
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
~🌴~