מיטוואך בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חנני' שמואל ווערצבערגער.
ב"ר יואל אליעזר זוסיא סטראלאוויטש.
ב"ר יצחק פאגעל.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ב ווידער חתן הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה ר' יואל און פאר די ראשי הישיבה, און עקסטער פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה וחיזוק פאר די בחורים.
ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען צו ישיבה קטנה אור החיים בהנהלת הר"ר יואל ב"ר יעקב פארקאש ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פארן נייעם בנין וואס די ישיבה האט נארוואס אפגעקויפט אין בלומינגראוו,
דער רבי האט צום ערשט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בחורים און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים,
דערנאך איז דער רבי ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ,
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די "מעמד הקמת ועדי הוראה" פאר די רבני מבצר הכוללים וועלכע האבן זיך משלים געווען אויף ספעציפישע מקצועות און בהוראת רבינו שליט"א איז געגרינדעט געווארן פארשידענע אפטיילונגען בתוככי בית הוראה דקהלתינו הק',
צווישן אנדערע איז געגרינדעט געווארן א ועד העירובין, ועד המקואות, ועד ריבית העיסקא, ועד הסת"ם, ועד דיני ממונות, ועד בדיקת שעטנז, ועד בדיקת תולעים,
די מעמד איז פארגעקומען בהשתתפות פון די דייני קהלתינו הק' ובראשם הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן אנהייב פונעם מעמד, און די הנהלה גשמיות פון מבצר הכוללים,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרבנים הגאונים שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי ומגדולי הוראה בדורינו, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל הכולל,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, ביים אנהייב האט דער רבי באגריסט נייטרא רב שליט"א און ארויסגעברענגט לשבח די פעולות בעניני כשרות און וואס דער רב שליט"א איז עוסק, און דערנאך האט דער רבי ארומגערעט לענגערע דברי הדרכה פאר די רבני הכולל וועלכע שטעלן יעצט די ערשטע טריט בהוראה לרבים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר די חשובע הנהלה גשמיות פון מבצר הכוללים, מען האט געענדיגט ארום 6:45.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מנחם בנציון ווארפסמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש מאנסי, און ר' יואל באכנער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מרדכי אהרן זאבעל און ר' יואל קארנבלי אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים סעודת ברית מילה לבן הנולד אצל ר' יואל ווידער, בבית חתנו הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~