דינסטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:30.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה דוב שווארטץ.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי הירש ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית'ן לתאומים הנולד אצל ר' ישראל הורוויץ ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 10:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום וועסטשעסטער עירפארט, און ארום 11:00 אזייגער האט זיך דער רבי געהויבן מיט א פריוואטע פליגער אויף די ארום איינס און אהאלב שעה רייזע קיין נארט קאראליינע ווי דער רבי האט באזוכט אחב"י וועלכע זיצן אינעם ארטיגן טורמע,
נאכן באזוך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק מיטן פריוואטן פליגער, די פליגער האט געלאנדעט אינעם וועסטשעסטער עירפארט ארום 6:00 אזייגער, און דער רבי איז צוגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע לנכד רבינו בן אצל הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רבי העניך שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק,
דער רבי האט אפגעשוירן די האר און געמאכט א לחיים און געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:30 איז פארגעקומען די מעמד התמנות פאר הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו וראה''כ אהבת קדומים וומ''ס בן הרה''ג ר' יצחק צבי שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קלעסאן שליט''א וועלכע וועט דינען אלץ "רב דקהלתינו הק' בעיר לינדען ניו דזשערזי", די מעמד איז פארגעקומען מיט די השתתפות פון די ראשי ופני הקהילה פון לינדען, און הגה''צ אב''ד קלעסאן שליט"א, והרבנים הגאונים בני משפחה פונעם חשוב'ע רב שליט"א,
צום ערשט איז פארגעקומען א אסיפה בחדר הפרטי ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, און מען האט ארומגערעדט פארשידענע ענינים פון קהלתינו הק' בעיר לינדען, ווי אויך האט הר"ר יעקב נפתלי ראטטענבערג בן אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון לינדען איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט אים געשיקט בשליחות צום מעמד התמנות,
דערנאך איז דער רבי אראפ אינטן אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ''ד ברך משה וומ"ס, און הרה"ח ר' יושע לייב לעווי - מראשי הקהילה בעיר לינדען מיטן דבר הקהילה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די נייע רב הרה"ג ר' אליעזר מרדכי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נייעם רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו' ווי רש"י זאגט 'אני מסתכל בראשיתם' וכו', און דער רבי האט געזאגט אז מען דארף געדענקען 'בראשיתם' די בראשית יארן אין אמעריקא ווען רביה"ק זי"ע איז אנגעקומען און מזכך געווען אדמת אמעריקא און אראפגעשטעלט די יסודות פאר קהלתינו הק' אין אלע געגענטן און יעצט איז עס אנגעקומען קיין לינדען ווי אנשי שלומינו שטעלן אויף א קהלה, און יעצט נעמט מען אויף א רב פאר קהלתינו הק', און דער רבי האט דערמאנט לשבח פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען דער נחשון זיך אהינצוציען און מיסד זיין א חסידישע ישוב, און דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם חשובן רב שליט"א וועלכע וועט שטיין בראש פון קהלתינו הק' און וועט זען אז די קהילה זאל זיך פירן מיט די יסודות פון רביה"ק זי"ע, און בקרוב האפט מען צו עפענען די ת"ת און די בית רחל פאר אנשי שלומינו, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן חשובן רב שליטא און פאר אלע תושבים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~