דאנערשטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית אין מבצר הכוללים לבן הנולד אצל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מראה"כ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל שיפף.
ב"ר יואל יוסף מארקאוויטש.
ב"ר דוד מזרחי.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' נטע מרדכי קויפמאן און ר' אורי יהודה קויפמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא ראבי און ר' אהרן ווייס אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם דירה פון האברך ר' משה שמואל בר"ב שטיין בשכונת היילענד מילס צו קביעות מזוזה,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, עס איז אנוועזנד געווען הר"ר שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א - רב פונעם דערנעבנדיגן שכונת וואודבערי דזשאנקשן, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם געגענט און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר ר' משה שמואל און זיין משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און תפילת מעריב ארום 10:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די פתיחת מוסדותינו הק' בעיר לינדען,
די עסקנים האבן צום ערשט איבערגעגעבן א גריס פונעם ציבור אנשי שלומינו תושבי לינדען, און ארומגערעדט איבער די נייע שטח וואס מען האט אפגעקויפט ווי מען האפט בקרוב אויפצובויען א פראכטפולן ביהמ"ד הגדול,
דערביי האט מען ארומגערעדט איבער די פלענער צו עפענען א מוסדות פאר די קינדער פון אנשי שלומינו, ווי מען האפט אי"ה צו עפענען אויפן קומענדיגן ווינטער א ת"ת און א בית רחל פאר די ערשטע דריי יארגענג, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער אלע פרטים בגשמיות וברוחניות, און שטארק מעודד געווען די עסקנים און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חתנו הרה"ח ר' העניך קרויס און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, און דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה אויפן ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' העניך קרויס און פאר זיין שווער הרה"ח ר' משה גאלדשטיין און די גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש צו די זמני כניסה.
א גוטע נאכט.
~🌴~