זונטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שמעון וויינבערגער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה זלמן יאזשעף.
ב"ר זאב יוסף אלי' רעטעק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי באטייליגט ביים חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין מאנסי אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 1:30,
עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דערנאך האבן די קינדער געזינגען שיינע חרוזים לכבוד המאורע, און געזאגט די פסוקי חומש כנהוג,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן.
נאך די לחיים האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש לכבוד די חתני החומש.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות פאר תלמידי המוסדות וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
ארום 2:30 האט דער רבי פארלאזט די זאל און דער רבי איז אנגעקומען אויף א באזוך אין ישיבת עסק התורה -שיעור ג' סניף מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וואס די ישיבה איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה בראשות הרה"צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א,
דער רבי איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד ווי די בחורים זענען געזיצן און געלערענט, און דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי באזוכט ביי די מקוה פונעם ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם רב הביהמ"ד הר"ר משולם נתן שליט"א, און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע הידורים, און געהערט א באריכט איבער די היכל התורה וואס ווערט געבויעט,
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן מנהל שליט"א און פארן רב הביהמ"ד און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די בחורים,
מען האט געענדיגט ארום 3:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שיפף, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון מאנסי והגלילות, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' אברהם און זיין משפחה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביים בנין הת"ת וועלכע ווערט געבויעט אויף מאנסי בלווד. הינטערן ביהמ"ד הגדול,
דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן אין באגלייטונג פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' יצחק גרובער און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער - מנהל המוסדות, און געהערט די פלענער אויף ווייטער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביים בנין הבית רחל אויף טשערי לעין וועלכע ווערט געבויעט מיט שנעלע פארשריט,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן, און איבערגעקוקט די פלענער פונעם בנין, דערנאך איז דער רבי ארויס אויפן גאס אין ארומשפאצירט אויפן ריזן שטח המוסדות ווי עס איז סטאנציאנירט די פראוויזארישע בניני המוסדות, און געהערט א לענגערע באריכט פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער איבער די פלענער פונעם צווייטע גיגאנטישע בנין בית רחל החדש וואס מהאפט צו באקומען די פערמיטן בקרוב, און וועט ווערן אויפגעבויעט דארט אויפן שטח.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די שטח הבית רחל איבערלאזענדיג ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות און די פילע עסקנים און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל שרגא היללער און ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 9:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל זאנוויל כהנא, און ווערט בע"ה אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הוניאד,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל און זיין משפחה.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' מאיר סטאמבלור - שליח חב"ד פון ווארשע, ווי ער האט איבערגעגעבן א גריס פון די פעולות הצלה פונעם וועד להצלת יהדות אוקריינע, דער רבי האט אויסגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די אומשטענדן פון די פליטים און געווינטשן ברכת קדשו.
ווי אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה בוומ"ס, וקרית ויואל משה מאנטיסעלא, אינאיינעם מיט הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ -מנהל הקרי', אפנעמען ברכת הקודש לרגל התחלת הקיץ, דער רבי האט אויסגעפרעגט פאר א לענגערע צייט און ווארעם געווינטשן ברכת קדשו.
ווי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' חיים אלעזר ברא"ש פישער האט אפגעקויפט א זכות אינעם בנין הת"ת בנין קליין, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר ר' חיים אלעזר און זיין משפחה.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר אברהם קייזער שליט"א - יו"ר מכון המרכז לחינוך והוראה בביתר,
דער רבי האט אויסגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די פעולות פונעם מכון און געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~