שבת קודש פרשת קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קרח=
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' יואל ברנ"ש שווארטץ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כוללינו כולל למציונים -ויואל משה בירושלים עיה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אהרן הערש היילברוין - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש היילברוין.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'לפי שלקח קרח ביזת הים לפיכך בלעו הארץ' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א - אב"ד שעניא וומ"ס.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה וראש כוללינו בוומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ברוך טעם וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ז' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם בנימין שפירא - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' נתן בנימין ראטה - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:45.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' איתמר טובי' קויפמאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא.
שלישי: החתן יואל ב"ר נטע מרדכי קויפמאן - באווארפען.
רביעי: החתן יצחק ב"ר דוד ווייס.
חמישי: החתן הערש לייב ב"ר שמשון שרגא פאגעל.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברנ"ש שווארטץ.
ר יואל ברא"מ שווארטץ.
שביעי: ר' יעקב דוב קויפמאן, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שווארטץ - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"פ בראך.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים אהרן קליין.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד ווייס - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישעי' סאקס - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש.
כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן.
לוי: הרה"ח ר' מאיר אפרים גראהמאן.
שלישי: הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' נתן בנימין ראטה - ירושלים.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'אל תפן אל מנחתם' ווי רש"י זאגט אל תקבל תשובתם, און דער רבי האט ארומגערעדט אז לכאורה ווען מען טוט תשובה דארף דאך עס זיין באותו מקום און נישט אלץ קען מען אנקומען צוריק צו די פלאץ ווי מען האט געזינדיגט במילא לכאורה איז דאך נישט די תשובה בשלימות?
האט דער רבי געזאגט אז בזכות פון יעקב אבינו וואס מען זעט ביי יעקב אז קפצה לו הארץ אז די פלאץ איז געקומען צו אים, איז די זעלבע ביי יעדע איד ווען ער טוט תשובה קומט צו אים די פלאץ בזכות יעקב אבינו במילא איז די תשובה בשלימות,
האט דער רבי געזאגט אז דאס איז נאר ווילאנג מען איז בקשר מיט יעקב אבינו אבער אויב מען פירט זיך בתאוות הגשמיות האקט זיך אפ די קשר מיט יעקב אבינו און מען קען נישט תשובה טוהן בשלימות,
האט דער רבי נאכגעזאגט אז קרח איז געווען א בעל תאוה במילא האט זיך אפגעהאקט די קשר מיט יעקב אבינו במילא איז זיין תשובה נישט נתקבל געווארן,
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען טרעט יעצט אריין אין די זומער וואכן וואס די מנהג המדינה איז אז מען גיבט זיך מער נאך די תאוות אין די טעג, דארף מען געדענקן אז מען שטייט שוין אין חודש תמוז וואס איז ר"ת ז'מני ת'שובה מ'תקרבין ו'באין, און עס קומט שוין באלד ראש השנה און אויב וויל מען קענען תשובה טוהן בשלימות זאל מען זעהן זיך איינצוהאלטן און זיך נישט נאכגעבן די תאוות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הערש לייב ב"ר שמשון שרגא פאגעל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~