דינסטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' פריעדלענדער ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
ב"ר יוסף מרדכי כהנא.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז דער רבי אנגעקומען צי די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די קרוב צו זעקס הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין ק"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל.
ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הנגיד ר' יודא ווייס וועלכע האט אפגעקויפט די זכות פונעם מעמד,
דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 4:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה די תלמידי כתה ט' פון ת"ת צמח צדיק וויזניץ פון וומ"ס,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער נעמען שלום און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה, ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען די קינדער פון הרה"ח ר' בעריש לויפער ע"ה.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:10 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' שלמה קנייבסקי שליט"א - ר"י קרית מלך ותפארת ציון בארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
ווי אויך איז פארגעקומען א אסיפה אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' פון ירושלים עיה''ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, און דער ארכיטעקט הרב ישראל ווייכלעדער פון ארה"ק, ווי דער רבי איז איבערגעגאנגן אלע פלענער פונעם גיגאנטישן 30 מיליאן דאללאר'דיגן בנין הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~