מאנטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"ח פאלאק ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א בבנין החדש "בנין קעפעטש" אויף די קארלסבורג גאס, נדבת הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש - חבר הנהלת המוסדות, לרגל די חנוכת הבנין וקביעות מזוזה.
ביים אנקומען אינעם בנין איז דער רבי ארום אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די שמחה זאלן וואס ווערן געבויעט פאר די געגענט,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר לוי יצחק דוד לאנדא.
ב"ר מנחם ווייס.
ב"ר יואל ברצ"א עקשטיין.
ב"ר שמעון לאנדא.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן שער היכל הביהמ"ד און מכבד געווען די נדבן הרה"ח ר' שמעון משה מיטן לייגן א מזוזה אויפן צווייטן שער,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד מיט די באטיילוגונג פון די חברי הנהלת המוסדות און די נדבני הכתות, עס האט אויפגעטרעטן די מנהל שליט"א, און דערנאך האט אויפגעטרעטן די נדבן הרה"ח ר' שמעון משה ווי ער האט צום ערשט געמאכט א ברכת שהחינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבנין,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דערנאך האט הב' יושע ב"ר הערש בער מייזעלס געמאכט א סיום אויף מסכת מכות און הרה"ח ר' שמעון משה האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן, און פאר די חברי הנהלת המוסדות, און עקסטער פאר די נדבני הכתות, און פאר די בר מצוה בחורים, מגידי שיעור, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בוקר ויודע ה' את אשר לו' און ארויסגעברענגט אז אין זכות פון יעקב אבינו קומט אריין די קדושת ארץ ישראל אין די בתי כנסיות און אין די בתי מדרשות,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז פאר די תושבי ק"י אז מען באנייט נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה, און די געוואלדיגע זכי' וואס די חשובע נדבן האט צו מנדב זיין א בנין לתורה ולתפילה ווי עס גייט זיין א ישיבה קטנה און צוגאב צו די ביהמ"ד רב טוב וואס געפינט זיך שוין אינעם בנין, און דאס איז חוץ פונעם בנין וואס ר' שמעון משה האט שוין מנדב געווען פאר די מוסדות, און דער רבי האט געזאגט אז די בנינים וואס מען איז מנדב 'דאס איז די אמת'ע פארמעגן' און מיט דעם בלייבט מען אויף שטענדיג, און די זעלבע פאר די נדבני הכתות, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קדשו פארן חשובן נדבן און אנגעווינטשן אז ער זאל קענען מנדב זיין נאך בנינים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה און די מגידי שיעור.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי הרה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א - גאב"ד זכרון מאיר ור"י חכמי לובלין, אין די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' פנחס שפירא,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"צ ר' יוסף בנימין שליט"א, און דער רבי האט געגעבן א ספר לב אהרן -דרושים אויף במדבר,
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אין די פארנאכט שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. די הנהלה רוחניות וגשמיות פון מחנה בית רחל אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע זומער ווי מען גרייטן זיך אי"ה צו עפענען די קעמפ דעם קומענדיגן זונטאג מיט קרוב צו דריי טויזענט מיידלעך קע"ה, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו.
ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד אהל בתי' בשכונת היילענד מילס, צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל ישיבה סניף ויואל משה, לזכות פון בנו הב' יוסף צבי נ"י,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הר"ר לוי יצחק שליט"א און בנו הב' יוסף צבי, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש - נדבן ופטרון הביהמ"ד איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם געגענט און איבער די אקטיוועטעטן פונעם ביהמ"ד און די כולל בוקר און כולל ערב וואס קומט פאר אינעם ביהמ"ד,
דערנאך ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד בית ברוך צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש לע"נ בנו ר' יעקב ע"ה,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב הביהמ"ד, און די נדבן הרה"ח ר' מרדכי הערש, בעת די ריקודין האט דער רבי געטאנצן מיט די יתומים די קינדער פון ר' יעקב פארקאש ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט לדוד מזמור כנהוג, און די יתומים האבן געזאגט קדיש.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:20 אויפדערנאכט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמעון הערשקאוויטש און ר' יואל יצחק סופר,
און פון די מחותנים ר' יואל ברמ"א כ"ץ און ר' אלעזר קליין,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
~
נעכטן נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים בער אדלער ע"פ אחיו ע"ה.
נאכמיטאג זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת תפארת יהודא ארי' פון קארטרעט ניו דזשורזי, אינאיינעם מיט זייער מגי"ש הרה"ג ר' חיים מוטעשן שליט"א,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט אויף די לימודי הישיבה, און דערנאך זיי געזאגט דברי הדרכה און געווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~