זונטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו.
ב"ר חנני' יו"ט שטיינבערג.
ב"ר יעקב רייך.
ב"ר יעקב קעסלער.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעלייגט די כריכות פארן בר מצוה בחור בן הרה"צ ר' יואל שליט"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה בנין סניף עצי חיים ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א - מנהל ישיבה סניף ויואל משה, לזכות פון בנו הב' כמר יוסף צבי בארזעסקי נ"י, און ווערט אריינגעגעבן מארגן מאנטאג בביהמ"ד אהל בתי' בשכונת היילענד מילס,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות וניגוני דביקות התורה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די לעצטע פאר אותיות אינעם ספר תורה, און בשעת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות האט מען ממשיך געווען מיט די ניגוני התעורורות,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און פאר אביו הר"ר לוי יצחק שליט"א, און פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה לכבוד המעמד און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם מעמד, און מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה פארן חתן התורה און פאר הר"ר לוי יצחק שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די זיידע הר"ר אלימלך שלמה שווארץ שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה,
מיט גלילה איז מכובד געווארן די זיידע הר"ר אלימלך שלמה שליט"א, מיט חגירת הספר תורה די חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און מיט כתר תורה הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים ומרמ"י הישיבה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד קודש מיטן ספר תורה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הר"ר לוי יצחק שליט"א און די חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און די זיידע הר"ר אלימלך שליט"א, און די רמ"י הישיבה,
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאכן מעמד איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יודא אברהם שטיין און ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן,
און פון די מחותנים ר' שמואל אהרן זינגער און ר' מאיר שאול יחזקאל העכט,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~