שבת קודש פרשת שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שלח=
~שבת מבה"ח תמוז~
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערש לייב ב"ר שמשון שרגא פאגעל, און פאר החתן גדלי' ב"ר יודא הערש בערגער.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר משה יונה ראזענפעלד - ירושלים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר משה יונה ראזענפעלד.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יחזקאל לאנדא - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א - אב"ד רוזשין ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק שלח לך אנשים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הודאת בעל דין כמאה עדים במקום שחב לאחרים.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב מאיר שטיינמעץ - בני ברק.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זצ"ל (הראשון) וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג בדר"ח תמוז.
קה רבון עלם: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ארי' פריעדלענדער.
אז ביום השביעי: הר"ר שלמה בערקאוויטש - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' בוומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יושע חיים טייטלבוים - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' משה יעקב גליק.
לוי: החתן גדלי' ב"ר יודא הערש בערגער - באווארפען.
שלישי: החתן הערש לייב ב"ר שמשון שרגא פאגעל - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב ב"ר שלמה זלמן ווייס.
חמישי: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל יעקב קאהן.
ר' יואל ברי"ה פערל.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק פאגעל - וומ"ס.
אחרון: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל בערגער - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אפעל.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף טובי האראוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ליטאוויסק באיסט סייד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק מאיר פעלדמאן - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרק פארלערנען ארום 7:40,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה י"ד, 'חבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום, חבה יתירה נודעת להם שנתן להם כלי חמדה', און דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע מהלכים בדרך דרוש ופלפול ואגדה ומוסר,
צום סוף האט דער רבי מעורר געווען אז מען האט שוין געבענטשט ר"ח תמוז וואס תמוז איז ר"ת ז'מני ת'שובה מ'קרבין ו'באין, און מען דארף זיך שוין אנהייבן גרייטן פאר די הייליגע טעג,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור אז עס קומט די זומער טעג און השי"ת זאל העלפן מען זאל ניצל ווערן מכל רע בגשמיות וברוחניות.
מען האט געענדיגט ארום 8:40, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטעלמאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטער - בני ברק.
כהן: הרה"ח ר' דוד מרדכי שווארץ - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אהרן שלמה אפעל - וומ"ס.
שלישי: הר"ר שלום האלפערט.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יצחק ברמ"ל מערץ.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און ארומגערעדט אז עס שטייט אז 'אין ישראל נגאלין אלא בתשובה' און לכאורה וויאזוי ניצט תשובה נראה ונדחה אין חוזר ונראה?
האט דער רבי געטייטשט' והתחזקתם' אז משה רבינו האט מחזק געווען כלל ישראל אז מען קען תשובה טוהן, איי וויאזוי ניצט תשובה? 'ולקחתם מפרי הארץ' מפרי הארץ מיינט מען די תורה הק' און די תורה גיבט אריין א חיות דקדושה אין א מענטש און די הלכה איז אז א בעל חי ווערט נישט נדחה במילא ניצט תשובה אויב איז מען עוסק בתורה,
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען האט היינט געבענשט ר"ח תמוז וואס אין חודש תמוז הייבט זיך אן די ימי בין המיצרים און מען איז מתפלל אויף די גאולה השלימה, און כדי מען זאל קענען ווערן אויסגעלייזט דארף מען דאך קודם תשובה טוהן און תשובה ניצט נאר מיט תורה, במילא דארף מען זעהן צו מרבה זיין בלימוד התורה און דורך דעם זוכה זיין צו די גאולה השלימה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יודא משה געלב - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק פאגעל - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יעקב ב"ר שלמה זלמן ווייס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה עובדי' מאסרי, און ווערט אריינגעגעבן דעם דאנערשטאג אין ביהמ"ד בואנעס איירעס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' משה עובדי' און זיין משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~