דאנערשטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל וועלץ.
ב"ר חנוך דוב הורוויץ.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה, מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז אריין בקודש פנימה די תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין פון בארא פארק, אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר שמואל ביניק,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אנגעווינטשן ברכת קדשו.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך געזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל זאלדאן און ר' אברהם הערשקא, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ עטרת חכמים,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און פארן דיין שליט"א, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מחותן די אבי החתן שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און עקסטער אין א מחול לצדיקים מיטן דיין שליט"א,
דערנאך ארום 12:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אינטן אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק'.
א גוטע נאכט.
~🌴~