מיטוואך שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע זאב מיטעלמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן שמעון שליט"א - אב"ד קאלוב ב"פ, חתן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל עפשטיין.
ב"ר יואל ווידער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו,
מוהל איז געווען די אבי הבן שליט"א.
סנדק: רבינו שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
ברכות: די זיידע אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א, ויקרא שמו בישראל חיים מאיר נאך די זיידע גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל - שווער פונעם קאלוב'ן רב שליט"א,
נאכן ברית איז דער גאנצער עולם אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית אין היכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן שליט"א, און די זיידע אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן הרחמן הוא יברך הרך הנימול לשמונה, און ארויסגעברענגט אז ווען מען מאכט א ברית איז עס נישט נאר א פעולה אויפן הוה נאר עס איז א פעולה אויפן עתיד און עס ווערט נמשך פארן גאנצן לעבן, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן בעל שמחה, און פאר חתנו הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א, און די הרחמן'ס די בני משפחה די קינדער פון הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום שטוב פון הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פארן יולדות.
ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען צו קעמפ מאנראו בשכינות פון קרית יואל ווי עס האלטן זיך אויף אין די טעג איינע פון די סניפי כתות ו' ז' ח' בהנהלת הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א,
דער רבי איז צום ערשט אריין אין אלע כתות ווי דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד פאר אלע קינדער, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש, ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די וואכעדיגע פרשה און ארויסגעברענגט אז די חטא פון די מרגלים איז געווען אז זיי האבן גערעדט שלעכטע דיבורים, און פון דעם זעט מען די הארבקייט פון א שלעכטע דיבור, און די זעלבע פארקערט די גרויסקייט פון א דיבור טוב א קאפיטל תהילים, וכו', און פארענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די קינדער.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש, און ווערט אריינגעגעבן דעם מאנטאג קרח אין ביהמ"ד בית ברוך,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' מרדכי הערש און זיין משפחה.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישעי' שבתי בראך און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א און הר"ר יואל גאטליעב,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~