באריכט פונעם געהויבענעם שבת בקרב קהלתינו הק' אין בארא פארק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
באריכט פונעם געהויבענעם שבת בקרב קהלתינו הק' אין בארא פארק
~~~~
עש''ק אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף בארא פארק אין די אכסניא און שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא מראשי קהלתינו אין בארא פארק
עס איז געקומען אויף א באזוך אין די אכסניא הגה"צ ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב שכונת מערב בני ברק ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס
8:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגן צו מנחה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגן הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ
דער רבי איז צוגעגאנגן צו ספירה ציילן
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת ווי עס איז אויך אריבער געקומען א ריזיגער ציבור תושבי בארא פארק זאגן גוט שבת פאר רבינו שליט''א
דערנאך איז דער רבי אריין אין שטיבל און מען האט צוגעגרייט די ביהמ"ד צום עריכת השולחן
10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור ווי עס האבן מיטגעגעסן די תלמידי הישובות גדולות וקטנות פון בארא פארק
אזוי אויך האבן מיט געגעסן די רמ"י הישובות
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' מאיר אליעזר ט"ב
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש קרוב צו א האלבע שעה צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די דאווענען און לערנען דארף זיין מיט א קאך און מיט א התלהבות וואס די עצה פאר דעם איז 'זיך נישט נאכצוגעבן די תאוות' טראץ וואס מען וואוינט אין אמעריקע וואס די מהות המדינה איז מילוי התאווה
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען אז מען דארף עסן מיט א הוט און רעקל. און בענטשן פון אינעווייניג. דער רבי האט געבעטן די בחורים אדורך צו לענען די הקדמה פון ספר דרך פקודיך
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות
כל מקדש הגה"צ אב"ד מנחת אברהם טארטיקוב
מנוחה ושמחה הגה"צ אב"ד טארנאפאל
די תורה איז געווען בדרך דרוש אויפן תוס' עד שאתה מתפלל שיכנס תורה לתוך פיך תתפלל שלא יכנס מדענים לתוך פיך
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ
דער רבי האט פארציילט מעשיות פונעם הייליגן ראפשיצער רב וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג י"א אייר
דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ ב"ב פארצוזינגן רחם
מען האט געענדיגט די טיש ארום צוויי אזייגער
צפרא דשבתא
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:45 פסוקי דזמרה האט פארגעדאווענט הגה"צ בן אב"ד קהלתינו 15 עוו.
דער רבי איז צוגעגאנגן צו שחרית
פסוקי שמע ישראל הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם אב"ד קהלתינו 18 עוו.
עליות
לוי הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש
שלישי הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ
רביעי הגה"צ אב"ד קהלתינו 15 עוו.
חמישי הבה"ח בן ר' יוסף אהרן יודא שפיצער המיול"ח לר' עקיבא הערש קליין
שישי רבינו שליט"א
דער רבי האט קורא שם געווען פאר עטליכע בעלי שמחה
שביעי ר' חיים שלמה פישער משב"ק
אחרון הגה"צ אב"ד קהלתינו וומ"ס
הגבה הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן משב"ק
גלילה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק
צו מוסף איז צוגעגאנגן הגה"צ אב"ד קהלתינו וומ"ס
נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט קידוש פריוואט אין חדרו הפרטי
דערנאך איז דער רבי ערשינען צום סעודה וואס איז פארגעקומען אין היכל הכולל ווי עס האבן מיטגעגעסן די חברי אהבת קדומים
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים און הגה"צ אב"ד דזשיבא וואס האט פארגעלייגט עטליכע שאלות פארן רבין און די רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי חיזוק פאר די חברי אהבת קדומים און בתוך הדברים האט די רבי ארויסגעברענגט אז די עלטערע יודן דארפן זיין א סימבאל פאר די אייניקלעך וכו'
אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז די עלטערע יודן דארפן צו זעהן זיך צו האלטן פריש בגשמיות וברוחניות
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד 15 עוו.
מען האט געענדיגט ארום פיר אזייגער
6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן משנה ודע מאין באת ולאן אתה הולך ווי דער רבי האט אריינגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה ומוסר
מען האט געענדיגט ארום אכט אזייגער
8:20 איז דער רבי אריין געקומען צו מנחה ושלו"ש
דער רבי האט מכבד געווען מיט
אודה הרה"ח ר' חיים יודל לעפקאוויטש
שיר המעלות הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו - קדש עצמך במותר לך דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר בעניני קדושה
ידיד נפש הרה"ח ר' חיים שפיצער
נאכדעם האט מען געדאווענט מעריב און דער רבי האט געמאכט הבדלה און מען איז אריבער זאגן א גיטע וואך
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה
מוצ"ש איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד סארוואש ווי דער
רבי האט אריינגעשריבן א אות אין די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מ'סארוואש שליט"א דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט למעון קדשו קיין קרית יואל