זונטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן,
ב"ר יואל יאקאבאוויטש,
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון בארא פארק,
ארום 2:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן.
נאך די לחיים האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש לכבוד די חתני החומש,
און דערביי האט דער רבי אויך ארומגערעדט איבער די 'כינוס נשי כלל ישראל' וואס וועט פארקומען דעם דינסטאג מיט די השתתפות פון די נשים צדקניות דקהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים וואס האבן זיך צוגעשטעלט מיט אלע ענינים אזוי אז די פרויען פון קהלתינו הק' זאלן זיך קענען משתתף זיין, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה אינאיינעם מיט די מנהלים און די הנהלה רוחני
פון מוסדותינו הק' און די דייני דקהלתינו הק', ווי מען האט אויסגעשמיעסט די תקנות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן ביי די כינוס מסורתינו דעם פארגאנגענעם מאנטאג בחקותי פאר אלע הורי מוסדותינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש,
דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די מנהלים צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמיעסט בטוב טעם ודעת.
דערנאך ארום 4:15 איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף מעיין התורה בהנהלת הרה"צ יצחק ראזענבוים שליט"א מקאליש ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פאר די נייע איבערגעבויעטע שטאקן פאר די ישיבה,
ביים אנקומען אינעם בנין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף בית מדרשינו 10טע עוו. וואס געפינט זיך אינעם בנין, דער רבי איז ארום אינעם בית המדרש און אין די היכל התורה און אין די עזרת נשים, עקסטער האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פלענער צו פארברייטערן די היכל הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום ישיבה ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויף די שער הביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור און פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות פאר די בחורים, צום ערשט האט דער רבי ארומגערעדט דברי פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין ישיבה, און דערביי געפרעגט א קשיא אין די סוגיא פון די בחורים, און געבעטן די בחורים צו זיכן תירוצים,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי חיזוק בעניני לימוד התורה, און דערביי מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור צו עסן מיט א הוט, בענטשן פון אינעווייניג, וכו', און בעיקר זיך צו מונע זיין פון אלע כלים הטמאים וכל שם דאית ליה, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די בחורים.
מען האט געענדיגט ארום 5:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא,
ארום 5:30 איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מ'סאדיגורא לאנדאן שליט"א אינאיינעם מיט אחיו החתן שמעון מנחם נחום פריעדמאן שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר מארגן מאנטאג אויפדערנאכט,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון סאדיגורא און ריזשין אין די שייכות פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע מיטן הייליגן ריזשינער זי"ע, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר האדמו"ר מ'סאדיגורא שליט"א און פארן חתן.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די 'זמר' זאלן ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך ר' יוסף יצחק אייזיק לאנדא און ר' שלמה יואל פריעדמאן,
די חתני התורה האבן געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חתני התורה און פאר די משפחה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיט די חשובע אינגעלייט.
דערנאך ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס,
ביים אנקומען איז דער רבי גראד צוגעפארן צו בית מדרשינו בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד עצי חיים סיגוט,
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן הרב יקותיאל יהודה בן הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א אין די זאלן פון קאנטינענטל,
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
מיט סידור קידושין האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ בארא פארקער רב שליט"א,
מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן די זיידע הרב יושע ברוך ווערצבערגער, און די ברכות די זיידע די ווייצענער רב שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, הרב יוסף מייזליש שליט"א, און די זיידע הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס סגן ראה"ק דקהלתינו הק',
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
עס איז פארגעקומען א כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' יודל פאלקאוויטש וואס ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג בביהמ"ד נדבורנה,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יודל און זיין משפחה.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו 'בנין געלבשטיין' צום סעודה לגומרה של תורה,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן די בעל שמחה הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ'
צום ערשט האט דער רבי פארציילט א מעשה און ארויסגעברענגט אז מען דארף דינען דעם אויבערשטער מיט א ווארעמקייט און חמימות, דער רבי האט געזאגט אז די שיינקייט פון א ביהמ"ד איז ווען ס'איז פיל מיט ווארעמע חסידישע אידן,
אינדערהיים איז געווען אפגעטיילט אן אשכנזי'שער ביהמ"ד און א חסידישע ביהמ"ד, היינט איז דאס שוין נישט דא, נאר ס'איז דא איין ביהמ"ד, דארף מען אבער זען צו דאווענען נאר ביי א ווארעמע חסידי'שער ביהמ"ד. דער רבי האט געזאגט אז תורה שבכתב ווערט אנגערופן 'ארץ' און תורה של בעל פה איז שוין 'פרי הארץ' מען ליינט טאקע די תורה שבכתב שבת און אזוי אויך ב' וה' אבער נישט א גאנצע וואך, אבער די תורה של בעל פה איז יא דא גאנצע וואך און דאס זאגט דער פסוק והתחזקתם ולקחתם 'מפרי הארץ' די פרי הארץ די תורה שבע"פ און דאס איז והתחזקתם ווייל דברי תורה צריכין חיזוק און דאס אז אידן זענען זיך קובע צו לערנען תורה שבע"פ אין ביהמ"ד דאס איז טאקע די שיינקייט פון א ביהמ"ד.
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען איבער עבודת התפילה און איבער זיך שטעלן דאווענען פין אנהייב און דאווענען מיט א קאך בקול נישט אינזין האבן קיין שום זאך חוץ דאווענען און דאס וועט צו העלפן אז מזאל נישט שמועסן ביים דאווענען און קענען אינזין האבן דאס דאווענען.
אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חשיבות פין די צוויי חשובע דיינים פין די ביהמ"ד שטארקע מורי הוראה און שטארקע מגידי שיעורים און דער רבי האט זיי שטארק אנגעוואונטשן ברוב ברכות, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן דער בעל שמחה דער נדבן הספר תורה און ארויסגעברענגט אז דער ביהמ"ד הייסט נאכן פאטער פין די בעל שמחה אין ער האט זיכער א נחת רוח בגנזי מרומים פין די הערליכע ביהמ"ד און די הערליכע פעולות פון זיין זוהן, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן דעים איידעם פין בעל שמחה הרה"ח ר' אברהם בראך אין געזאגט אז דאס איז שוין די דריטע ביהמ"ד וואס ר' אברהם האט געבויעט אין יעדע ביהמ"ד פון די דריי איז א פינת יקרת א הערליך ווינקל בתורה ועבודה וגמ"ח אזוי אויך איז יעדע ביהמ"ד עקסטער אויסגעשטאט מיט הערליכע מקוואות וואס דאס העלפט צו מזאל קענען לערנען תורה בטהרה און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גרויסע זכות פארן נדבן, דערנאך האט דער רבי אויסגעפירט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.
מען האט געענדיגט ארום 11:20, און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ השכונה, און עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א מו"ץ בשכונה, און הרה"ח ר' אברהם בראך בונה ומקים עולמות של תורה ובפרט מיטן אהערשטעלן דעם פראכטפילן בית המדרש "בנין געלבשטיין' אינעם שכונת קעסקעיד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חשובע דיינים און פאר הרה"ח ר' אברהם בראך.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן שוואגער הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ח ר' בעריש גראס,
ברכות ראשונות: רבינו שליט"א,
מיט ברכה אחריתא האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו. שליט"א,
דערנאך האט הרה"ח ר' ישעי' פוקס אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה,
און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און די זיידעס,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן די כלה און פארלאזט די זאל אויפן וועג קיין בארא פארק,
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א בחדרו הפרטי בבית מדרשו,
עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט בדברי תורה און סיפורים לבית צאנז, און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן,
דערנאך האט האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א צו גיסן אבן הפינה ביים ביהמ"ד החדש דקהל באבוב 45, דער רבי איז ארויס צום שטח הבנייה און געגאסן די שטיינער און געווינטשן הצלחה פארן נייעם ביהמ"ד, און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט באגלייט רבינו שליט"א ביזן קאר, און ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~