שבת קודש פרשת בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהעלותך=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן, און פאר החתן שמואל ב"ר יואל גאלדשטיין.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה גדולה לעדת הספרדים בעיר בית שאהן.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה יראה והנה מרים מצורעת כשלג, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן ק"ו מעצמו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו.
ברכת המזון: בעל שמחה נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די היסטאריע פון כ' סיון.
קה רבון עלם: הרה"צ ר' שמואל שלום רוקח שליט"א - אב"ד קארוב ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א, חתן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך מיט ביר, און דער רבי האט אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א, בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:35.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאל.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נח גפן.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן.
לוי: הר"ר יואל וויינבערגער - וומ"ס.
שלישי: החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן - באווארפען.
רביעי: החתן ליפא ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש - באווארפען.
חמישי: החתן משה הערש ב"ר יואל ברש"י שעהר - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד ווערטהיימער.
ר' מאיר ברמ"ב כ"ץ.
ר' יחזקאל שרגא דרעזנער - ב"פ.
שביעי: החתן יעקב ב"ר שלמה זלמן ווייס - באווארפען.
הוספה: החתן שמואל ב"ר יואל גאלדשטיין - באווארפען.
הוספה: החתן מאיר נפתלי ב"ר יעקב הערש פערל.
הוספה: החתן מנחם אורי ב"ר בנציון לעבאוויטש.
הוספה: החתן ב"ר יחזקאל פייוויל בראך.
אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער.
הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים.
גלילה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל ברמ"ח ווערצבערגער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אברהם גראס - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ש הכהן פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער - מאנטריאל.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'ויהי בנסוע הארון' און געזאגט אז 'בנסוע' איז בגי' 'יעקוב' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון יעקב אבינו גייט מיט די קדושה פונעם בית המקדש צו די בתי כנסיות און בתי מדרשות,
און דערביי האט דער רבי מעורר געווען זיך צו פירן בקדושת בית המדרש, נישט צו רעדן ביים דאווענען וכו', וואס נאר אזוי קען חל זיין די קדושת בית המקדש.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מאיר נפתלי ב"ר יעקב הערש פערל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן דעם דאנערשטאג אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' ישראל יעקב און זיין משפחה.
~🌴~