זונטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים.
ב"ר יוסף גאלדשטיין.
ב"ר מנחם מענדל בארמינקא.
ב"ר ישראל משה פריעד.
ב"ר משה יוסף ראזענפעלד.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו בבלאמינגראוו לרגל די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל שווימער,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן מיטן ספר תורה הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד און די נדבן הספר הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלקנה מנחם פריעד און ר' ישראל טובי' ווייסמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' לוי יצחק געשטעטנער און ר' שלום יוסף לעווינגער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן זילבערשטיין און ר' יוסף ישעי' גראס אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 11:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - בית שמש, און הר"ר יקותיאל יצחק בראך שליט"א - בני ברק,
און פון די מחותנים ר' יוסף ברוך שעכטער און ר' אברהם מרדכי וועבער,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~