מאנטאג בהעלותך 11:40 פארמיטאג
אפדעיטס ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהעלותך 11:40 פארמיטאג=
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פליגער פון רבינו שליט''א ווי דער רבי וועט אפפליען קיין יומא אריזאנע, אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א און הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנסי שליט"א, ווי עס ווארטן אפ דייני קהילתינו הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בוומ"ס, און הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' בק"י, וועלכע שטייען בראש פונעם קצירת חיטים המהודרים פארן קומענדיגן יום טוב פסח הבעל''ט,
דער רבי וועט דאווענען מנחה און וועט עוסק זיין בטירחא דגופא צו שניידן די ווייץ לקראת חג הפסח.
אויפן וועג צוריק וועט זיך רבינו שליט"א אפשטעלן אין אייאווא באזוכן די שחיטה המהודרת דקהלתינו הק' אין באגלייטונג פון רבני קהילתינו הק' שליט''א.
דער רבי וועט זיך אומקערן לביתו נאוה קודש אי"ה מארגן דינסטאג אויפדערנאכט.
~🌴~