שבת קודש פרשת נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נשא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מרדכי יודא ב"ר יעקב הכהן פריעדמאן.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' יואל ברי"א שטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יוסף ברויער - בני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יוסף ברויער - בני ברק.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פרשה פון ברכת כהנים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין מבטלין איסור לכתחילה.
קה אכסוף: הר"ר אליעזר יודא מאליק שליט"א - אב"ד אליק וומ"ס.
ברכת המזון: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בבית שמש.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' באנטווערפען.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב שלמה כהנא - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד פארקאש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן - משב"ק.
כהן: החתן מרדכי יודא ב"ר יעקב פריעדמאן - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
שלישי: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.
רביעי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
חמישי: החתן מאיר נפתלי ב"ר יעקב הערש פערל - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"ש רובינשטיין.
ר' יעקב בר"י קרויס.
שביעי: החתן ב"ר יואל וואגשאל.
אחרון: החתן מענדל גרשון ב"ר בעריש פעלדמאן.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יואל וואגשאהל.
גלילה: הרה"ח ר' משה הערש בראך.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שמחה גאטליעב.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר בנימין הערש מאליק שליט"א - אב"ד סאמבור וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל יעקב מרדכי טייטלבוים.
כהן: הר"ר ישראל אהרן כ"ץ שליט"א - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' במאנטריאל.
שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בשיכון סקווירא.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב הכהן פריעדמאן.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פרשה פון ברכת כהנים און ארויסגעברענגט אז אין זכות פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידת החסד אין זיינע קינדער האט עס מעורר געווען מידת הרחמים ביי הקב"ה און ער האט געגעבן די תורה פאר גאנץ כלל ישראל אפילו פאר די פשוטי עם און נישט נאר פאר די בני עלי', און בזכות אברהם אבינו איז מען זוכה צו די ברכת כהנים פון יברכך ה' - בבנים, אז אפילו מען איז נישט קיין לומד תורה איז מען זוכה צו קינדער און אייניקלעך לומדי תורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הר"ר ישראל אהרן כ"ץ שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הר"ר ישראל אהרן כ"ץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר יחזקאל שווימער, און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג בבית מדרשינו בבלאמינגראוו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פאר ר' אליעזר יחזקאל ומשפחתו און פארן רב הביהמ"ד הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע און נאך.
א גוטע וואך.
~🌴~