מיטוואך נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שמחה פעלדמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר סאאל, ווי דער רבי איז געווען סנדק,
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר דער בר מצוה בחור ב''ר שלמה אלעזר שפילמאן.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל וואגשאהל און ר' חיים פארקאש, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מענדל ווייס און ר' יואל ברי"ל פייערוועקער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה מאנטאג און ר' יושע אלעזר קליין, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' בשכונת ויואל משה "בית מנחם זאב" לרגל די קביעות מזוזה וחנוכת הביהמ"ד נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין - בונה השכונה. וועלכע וועט שטיין בראשות נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און קובע מזוזה געווען אויפן שער היכל הביהמ"ד, און דערנאך געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן פראכטפולן מקוה וואס האלט שוין ביים פארענדיגט ווערן אין וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע וואכן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון די חשוב'ע עלטערן און שווער פונעם רב הביהמ"ד און די זיידע הגה"צ אב"ד נעפלימיץ שליט"א, און די ראשי הקהילה און די תושבי השכונה,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד המעמד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין בשם קהלתינו הק', און הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג - בוי מייסטער פונעם שכונה - בשם די תושבי השכונה, און די זיידע הגה"צ אב"ד נעפלימיץ שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ג ר' זלמן שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פארן נדבן הביהמ''ד ר' עקיבא הערש קליין און פאר ר' מאיר יעקב אינדיג,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז אזוי ווי ווען הקב"ה האט געגעבן די תורה האט ער עס געגעבן פאר גאנץ כלל ישראל, די זעלבע דארף א רב וויסן אז ווען מען נעמט אים אויף צו פירן א ביהמ"ד דארף ער זיך אפגעבן מיט אלע סוגים אידן סיי די תלמידי חכמים און סיי די בעלי בתים יעדער אויף זיין שטייגער,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז פאר קרית יואל בכלל און שכונת ויואל משה בפרט מיטן עפענען א פרישן ביהמ"ד, און ארויסגעברענגט די פילע מעלות פונעם חשובן רב הביהמ"ד, און אנגעווינטשן אז ער זאל קענען מצליח זיין צו פירן די ביהמ"ד ווי עס פאסט פאר א סאטמארע ביהמ"ד 'בשכונת ויואל משה אין קרית יואל' כפי תקנת רביה"ק זי"ע וואס די שכונה און קריה איז לשמו ולזכרו,
און דער רבי האט דערמאנט לשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרה"ח ר' עקיבא הערש וואס האט מנדב געווען די ביהמ"ד לע"נ חותנו הרה"ח ר' מענדל וואלף הירש ז"ל מוותיקי תושבי ק"י, ועוד ידו נטיה מיטן אויפבויען די צענטראלע ביהמ"ד הגדול והמפואר פון שכונת ויואל משה,
און דער רבי האט מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה פארן חשובן רב הביהמ"ד, און פאר די מתפללי הביהמ"ד, און פארן חשובן נדבן הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 9:50.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:20 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין א קבוצה אינגעלייט תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בשליחות פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די פתיחת בית מדרש תולדות אברהם יצחק אין קרית יואל, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן.
ווי אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות ווי הרה"ח ר' יואל פאגעל מגדולי עסקני קהלתינו הק' פון אנטווערפען האט אריבערגעברענגט די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך קהלתינו הק' פון אנטווערפען,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~