דינסטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג במדבר=
~ר"ח סיון~
-יום מ"ה למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים צבי לעווי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם,
ביים לחיים האבן די בחורים געזינגען ניגוני התעורורות אלץ הכנה צום יו"ט שבועות, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, און פאר די מגידי שיעור, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הכנה ליו"ט שבועות, ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ביום הזה באו מדבר סיני' און רש"י זאגט אז דאס איז געווען ר"ח סיון, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער דאס וואס רש"י זאגט אז 'מה ביאתן לסיני בתשובה אף נסיעתן מרפידים בתשובה' און געפרעגט אז לכאורה אויב האט מען שוין תשובה געטוהן אין רפידים וואס האט מען געדארפט תשובה טוהן אין סיני? האט דער רבי געזאגט אז אין סיני האבן די אידן תשובה געטוהן אויף די מחשבות, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט שבועות מיט תשובה סיי אויף די מעשים און סיי אויף די מחשבות, און דער רבי האט געלאדענט די בחורים זיך צו משתתף זיין ביים מעמד לימוד שעות רציפות דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען אלץ א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און צום אהבה רבה, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום ביהמ"ד פון די תלמידי כתה ט' ווי די בחורים זענען געזעצן און געלערנט, און דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געפראוועט די סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבני ולומדי כוללינו 'כולל דברי יואל' פון בארא פארק.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני יו"ט שבועות,
נאך די זופ האט נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א, פארגעלייגט שאלות אין פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר די כולל אינגעלייט, און דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א מראה"כ,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה, דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני חג השבועות, און ארויסגעברענגט אז יעדע יאר שבועות ווערט נתעורר די נעשה ונשמע און עס כאפט אן א תשוקה פאר יעדע איד צו לימוד התורה און בפרט פאר די יושבי אהל די וואס זענען זיך ממית באהלי של תורה,
און דער רבי האט מעורר געווען געזאגט אז 'כל עליותיו בהשכמה היתה' אז מען וויל האבן א עלי' דארף מען אויפשטיין אינדערפרי לערנען פארן דאווענען און נישט אנהייבן די טאג מיטן דאווענען אזוי ווערט סיי די דאווענען און סיי די גאנצע טאג א העכערע בחינה, און דערנאך ארויסגעברענגט אז די עיקר איז צו האלטן און איין איבערחזר'ן די לימודים, און זען צו לערנען תורה בטהרה און גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, און דאס איז א סגולה אויף הצלחת התורה, און דערנאך מעורר געווען אז די התנהגות פון א כולל אינגערמאן דארף זיין לעילא ולעילא סיי אינדערהיים און סיי אין ביהמ"ד, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א - ראה"כ ודומ"ץ בית מדרשינו 36סט.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' אליעזר שאול גלאנצער ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל קאהן ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן דעם יו"ט שבועות בבית מדרשינו בית מנחם צבי - וואלעבאוט, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' הערשל און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די 'לא שאטאו' זאל צום סיום מסכת כתובות במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די לומדי החבורה מתפללי בית מדרשינו ביהמ"ד ברך משה - סקילמאן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן אז די דרייצן פרקים אין כתובות איז אנטקעגן די י"ג מדות של רחמים, במילא ווען מען לערנט מסכת כתובות איז מען מעורר די יג מדות של רחמים, און דער רבי האט ארומגערעדט אז לימוד התורה איז מכפר אפילו אויף די עבירות וואס מען דארף צוקומען צום יום המיתה, און ארויסגעברענגט אז מאכן א סיום מסכת פאר שבועות איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~