מאנטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג במדבר=
-יום מ"ד למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר פעלדמאן בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די שיעור פונעם ראש ישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות לכבוד יו"ט שבועות הבעל"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ביים בארג סיני איז געווען 'נתרפאו כל המומים' און אזוי ווי קריאה מעורר הזמן איז יעצט מסוגל אז עס זאל זיין נתרפאו כל המומים, האט דער רבי געזאגט אז א בחור איז א פלג גופא און ווען מען האט חתונה ווערט מען א גוף שלם, במילא איז יעצט מסוגל פאר שידוכים, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן שידוכים במהרה פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט פונעם בעל ההילולא הרה"ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, און איבערן מצב און פרעמישלאן - אוקריינע, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די פעולות פון הר"ר ישראל הערש רייך מרמ"י הישיבה וועלכע שטייט בראש פונעם הכנסת אורחים אין שטאט פרעמישלאן, און ווארעם אנגעווינטשן אז די מצב זאל זיך בארואיגן און ער זאל בקרוב ווייטער קענען אויפטוהן אין פרעמישלאן למען הכלל.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל שלום פאלאק און ר' אברהם שמואל בראך, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~