דאנערשטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בחוקתי=
-יום מ' למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הרה"ק ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט''א גאב''ד מסורות ונשיא מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חיזוק און די גרויסע סכומים וועלכע מען באקומט פון די תושבי קרית יואל, און איבער די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם וועד להצלת יהדות אוקריינע,
ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א זיין ספר חוקי דעה אויף הלכות שמיטה, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף במדבר,
דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
ווי אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א 'חבורת שערי טוהר' שע"י מבצר הכוללים אויף הלכות מקוואות, וועלכע שטייט בראשות חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט די חבורה פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שרגא פייש הערצאג און ר' חיים נתן וויינשטאק,
און פון די מחותנים הר"ר חיים לייב זילבערשטיין און ר' מענדל וואלף טייטלבוים,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~