מיטוואך בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בחוקתי=
-יום ל"ט למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ב"ר יואל מייזליש.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם כינוס "נשי כלל ישראל" אקעגן די פגעי' טעכנעלאגיע וועלכע וועט פארקומען אי"ה אין די קומענדיגע וואכן, ווי די עסקנים האבן אנגעפרעגט ביים רבי'ן עטליכע שאלות, דערנאך זענען זיי איבערגעגאנגען אלע דעטאלן און פלענער, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב להצלחת המעמד.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' זאב אלעזר רייכמאן און הר"ר אברהם הערש זאלדאן,
און פון די מחותנים ר' יושע הערש גליק און ר' שמואל אפרים גאלד,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביהמ''ד שע''י ביתו נאוה קודש ווי די עסקנים פונעם ברייט באקאנטען 'יונייטעד כלל ישראל להצלת החינוך' פון איבער גרעיטער ניו יארק האבן אריבערגעברענגט די קרוב צו הונדערט טויזענט פעטיציעס! וואס איז צוזאמגענומען געווארן דורך די געטרייע עסקנים להצלת החינוך ובראשם עסקני קהילתינו הק' און וועלן ווערן אי"ה מארגן אריבעגעטראגן צו די רעגירונג אינסטאנצן קיין אלבעני,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די פעטיציעס, און דערנאך געמאכט א לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר אלע עסקנים ובראשם די רוח החיים פונעם פעטיציע דרייוו ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש און ר' אהרן יוסף פריעדמאן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון די פעטיציעס, און די גוטע השפעה וואס וועט בע''ה אויפטון און די העכערע קארידארן, און אויב עס וועט אויספעלן אין געריכט, און אנגעווינטשן ברכות לרוב פאר אלע עסקנים מען זאל מצליח זיין ותטע לב המלכות עלינו לטובה.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די ראשי עסקנים בראשם העסקן ר' אהרן בנציון ווידער און הר"ר משה שוואב שליט"א ר"י דגל התורה מאנסי, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען די ווייטערדיגע פלענער לדורן ולתפילה ולמלחמה למען הצלת החינוך אין ניו יארק.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הרה"ק ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~