דינסטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בחוקתי=
-יום ל"ח למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות עסק התורה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש קאהן.
ב"ר יוסף לייב אלימלך וועצבערגער.
ב"ר יואל ברי"מ לאנדא.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם ת"ת 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פארשריט אין די ארבעט פאר א לענגערע צייט.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס, ווי דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת רובין ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~