מאנטאג בחוקתי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בחוקתי=
~ל"ז למב''י~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר משה הלל ראזענבערג.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילם שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק ווי דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געווען די קינדער און ברודער פון כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב זצ"ל.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם פראכטפולען רחבות'דיגער לאקאל פונעם בארימטער 'סאטמאר פלייש געשעפט' דקהילתינו הק' אויף 13עוו. און 44סט. ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען פון געשעפט, ווי אויך איז דער רבי אריבער צום ריזיגער קאך ווי עס ווערט אנגעגרייט די עסן פונעם געשעפט און אזוי אויך פאר די 'כרם מנחם' זאלן אין שטאט.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בתורה וחסידות, דערנאך האט האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 10:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון 'די פעלעס' צום כינוס "מסורתינו" פאררופן דורך הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פאר אלע אנשי שלומינו תושבי בארא פארק,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה מכינה לישיבה, ווי ער האט אויסגערופן הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה, וועלכע האט פארגעליינט די תקנות ויסודות הדת פון קהלתינו ומוסדותינו הק' וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן און אינטערגעשריבן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א,
ארום 11:10 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו, זאגט די בעל הטורים אז א'ם ב'חוקתי ת'לכו ו'את מצוותי תשמרו איז ר"ת 'אבות' האט דער רבי געזאגט אז דאס קומט צו זאגן אז אויב וויל מען קענען מקיים זיין די מצוות ה' דארף מען זיך האלטן צו די מסורת האבות און ח"ו נישט משנה זיין, און אזוי אויך דארף מען זען צו דאווענען און לערנען אין די בתי מדרשים ווי די טאטעס פלעגן דאווענען, ב"ה עס איז דא היימישע בתי מדרשים אין די גאנצע שטאט דארף מען זען דארטן צו דאווענען,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אז עס איז דא צוויי מחנות, עס איז דא די מחנה אלקים און עס איז דא די מחנה המגושמים, ב"ה אז רוב ציבור באשטייט פונעם מחנה אלקים, אבער מען דארף זען עס אנצוהאלטן, און דאס קען נאר זיין ווען מען האלט איין די תקנות פון מוסדותינו הק', און דורכן האבן שיעורי תורה בקביעות,
און דער רבי האט מעורר געוועהן דעם ציבור איינצוהאלטן די תקנות בעניני צניעות, כשרות, כלים הטמאים, וכו', און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 11:45.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריעדמאן, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד החדש "מהרש"א דראצפערט" דקהלתינו הק' בראשות נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמד און קובע געווען א מזוזה, און דערנאך געמאכט א לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה און ארומגערעדט בשבח הביהמ"ד און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב הביהמ"ד און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור, עקסטער האט דער רבי אנגעווינטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' הערשל איינהארן.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~