שבת קודש פרשת בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהר=
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן - משב"ק, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה רוזנאי - בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' משה רוזנאי - בית שמש.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודא יחיאל שלעזינגער - ביתר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק מאיר ווייס - בני ברק.
ברכת המזון: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם עש"ק י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה געלב - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ישעי' קויפמאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
שלישי: החתן מאיר יואל ב"ר משה יקותיאל שווארטץ.
רביעי: החתן מנחם זאב בהר"ר אלעזר מענדל פילאפף.
חמישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער - וומ"ס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' קלמן סאאל.
ר' זלמן לייבוש שווארטץ.
ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש.
ר' אברהם פאגעל.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף.
אחרון: ר' אהרן הערש קאפעל, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
הגבה: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן.
גלילה: הרה"ח ר' נפתלי פריינד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר דוד גרינפעלד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת עסק התורה - שיעור ג' סניף מאנסי, אין די זאל בביתו נאוה קודש,
במשך די סעודה האבן די בחורים געהאט די זכי' צו פרעגן שאלות אין פארשידענע נושאים וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמיעסט בטוב טעם ודעת, צווישן אנדערע האט דער רבי אויסגעשמועסט די מנהג פון עסן צוויי ערליי פיש שבת בייטאג, און סיפורים פון הרה"ק ר' מרדכי מ'טשערנאבל זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק, און ארומגערעדט באריכות די היסטאריע פון די טיילונג אין אונגארן און וויאזוי סיגוט האט זיך אנגעשלאסן אינעם טיילונג, און איבער די היסטאריע פון בתי שחיטה אין די בראשית יארן אין אמעריקע, און די התיסדות פונעם בית השחיטה אין קרית יואל, און נאך,
נאך די זמירות האט דער רבי מכבד געווען מיט די שיר היחוד ליום הרביעי (אזוי ווי די מנהג איז צו זינגען די שיר היחוד אין די וואכן צווישן פסח און שבועות) נכדו הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט ברכת המזון בנש"ק הב' הערשל בן הר"ר אלעזר אונגאר מתלמידי הישיבה,
מען האט געענדיגט די סעודה ארום 3:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב שלמה מיטעלמאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל ברד"מ ווייס - בני ברק.
כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליב.
שלישי: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, חתן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר אלעזר מענדל פילאפף - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר, און דער רבי האט נאכגעברענגט די קשיא פון רביה"ק אין דברי יואל אז פארוואס שטייט קודם ושבתה הארץ שבת לה' און דערנאך שש שנים תזרע שדך, עס וואלט געדארפט שטיין פארקערט?
האט דער רבי געזאגט אז דאס גייט ארויף אויף די ערשטע יארן ווען מען איז אריין אין ארץ ישראל, וואס טראץ וואס שמיטה און יובל איז נישט אנגעגאנגען נאר לאחר כיבוש וחילוק, אבער צוליב די גרויסע השתוקוקות וואס די אידן האבן געהאט צו מקיים זיין די מצוות פון שמיטה איז עס כאילו זיי האבן עס מקיים געווען צוליב הקב"ה מצרף מחשבה טובה למעשה, במילא איז קודם געווען ושבתה הארץ שבת לה' און דערנאך איז ערשט געווען שש שנים תזרע שדך,
האט דער רבי געזאגט אז אויב אזוי אפילו אונז זעמיר אין חוץ לארץ ווי עס גייט נישט אן די מצוות פון יובל ושמיטה אויב האט מען אבער די השתוקוקות עס צו מקיים זיין איז עס כאילו מען איז עס מקיים, און מען איז זוכה צו די ברכה פון 'וציוותי את ברכתי',
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו אז אין זכות פון מקיים זיין די מצוות וואס מען קען יא מקיים זיין זאל מען זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די מצוות התליות בארץ כשיבנה ביהמ"ק במהרה, בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מיכל פריעד - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם זאב בהר"ר אלעזר מענדל פילאפף.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם ווידער, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:05.
מוצ"ש האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש דברי חיזוק והדרכה דורך א הוקאפ פאר די הונדערטער אלמנות דקהלתינו הק' נאך די הערליכער שבת אראנדזשירט דורך הרבנית הצדיקת תליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם רעדעסאן האטעל אין ניו דזשערזי.
א גוטע וואך.
~🌴~