דאנערשטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בהר=
~ל"ג בעומר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זינדל וויינבערגער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שלמה אפפעל.
ב"ר יואל פאוועל - תאומים.
ב"ר אברהם יחיאל קליין.
ב"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש.
דערנאך האט דער רבי געצינדען לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי עטליכע בחורים זענען אריין איבערגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט נעכטן אין ישיבה.
ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטן,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות פון בר יוחאי, און ואמרתם, און הב' שמעון ב"ר אליעזר דוב ענגעל - ירושלים, האט פארגעזינגען אמר רבי עקיבא,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און ארויסגעברענגט אז עס שטייט ביי יעקב אבינו 'אשר לקח מיד האמורי בחרבי ובקשתי' זאגט די תרגום אז עס מיינט תפילה, און וואס איז די חילוק פון בחרבי און בקשתי? א חרב הרג'עט פון די נאנט און א קשת הרג'עט פון דערווייטענס, און דער רבי האט נאכגעברענגט א מעשה פונעם קדושת יוט זי"ע אז ער האט געזאגט אז א ברכה פון א צדיק מיז מקיום ווערן אויב נישט גראד דאן שפעטער אבער עס מיז מקיום ווערן,
במילא ווען א צדיק ווינטשט אן פאר א מענטש אויב ווערט עס גראד מקיום איז עס די בחינה פון חרב, און אויב ווערט עס מקיום שפעטער איז עס די בחינה פון קשת,
האט דער רבי געזאגט אז ביי רבי שמעון שטייט כל ימיו אשר חיה 'אות הקשת לא נהיה' אז ביי רבי שמעון איז נישט געווען די בחינה פון קשת נאר די בחינה פון חרב און מען איז גראד געהאלפן געווארן,
האט דער רבי געזאגט אז ווען מען איז מתפלל ביים ציון הקדוש פון די נאנט פויעלט מען מיט די בחינה פון חרב, און פאר די אידן וואס פרייען זיך מיט פון דערווייטענס און זענען מתפלל פון דערווייטענס פויעלן אלעס גוטס מיט די בחינה פון קשת,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די געוואלדיגע זכיה וואס מען האט אז דא אין קרית יואל קומט פאר אזא גרויסע כבוד פאר רבי שמעון, בפרט אז עס איז א שמחה פון בלויז חסידישע אידן, וזר לא יתערב בשמחתינו!,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט בקול חונק מדמעות די שטארקע ווייטאג איבער די מצב אין מירון אז אנשטאט עס זאלן שטיין אין די מערה אידן און פארגיסן טרערן זיצן דארט גוים און פרעסן מיט א הוילן קאפ! במקום הקודש! עס איז א בחינה פון שועלים הלכו בה, ב"ה מען הערט אז יעצט איז שוין אביסל בעסער און מען קען שוין זאגן תהילים ביים ציון, און דאס איז זיכער די כח הקדושה פון רשב"י וואס האט זיך מתגבר געווען אויף די כח פון סטרא אחרא,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור אז בזכות התנא האלקי זאל מען פויעלן אלעס גוטס סיי די וואס זענען נאנט און סיי די וואס זענען ווייט, מען איז טאקע ווייט מריחוק מקום אבער מען איז נאנט אין הארץ, אז מען לערנט תורת רבי שמעון איז עס אשרי העם הם לומדיך! און עס זאל זיין "הוא ימליץ טוב בעדנו" בביאת גואל צדק בב"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס, במקהלות אלפי אנשי שלומינו זקנים עם נערים.
צום ערשט האט רבינו שליט"א געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשמחה אילעא לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, דערנאך האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום סעודה לכבוד היום.
בשעתן טיש איז פארקויפט געווארן די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, און איז אפגעקויפט און אנגעצינדן געווארן דורך הרה''ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן, און הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן - ב''פ,
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען געזונגען ווארימע ניגונים,
נאך די זופ האט האט מען ממשיך געוועהן מיט שירה וזמרה מיט ניגוני שמחה און רבינו שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פלאם פייערדיגע ריקוד קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן מיט די סעודה לכבוד היום.
דערנאך האט מען פארגעזונגען די זמירות לל''ג בעומר, בר יוחאי, ואמרתם, אמר רבי עקיבא,
נאך די זמירות האט רבינו שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש במשנתו של התנא אלוקי רשב''י,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן אגרא דכלה וואס זאגט אז בראשית איז ר"ת א'דון ת'נאים ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און אזוי אויך א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, לכאורה וואס איז די שייכות?
האט דער רבי געזאגט אז רבי שמעון איז געוועהן אין מערה און בדרך נס איז ארויסגעוואקסן א באקסער בוים אין א מעיין צו טרינקען איז שווער ווי האט ער געקענט מאכן קידוש עסן מצה וכו'? די תניא שרייבט ער האט מייחד געוועהן די יחודים אבער מקען זאגן אז אזויווי סשטייט ואת הבקר אשר עשה אברהם אז ער האט עס געמאכט מיטן ספר יצירה, קען מען זאגן די זעלבע אז רשב''י האט עס געמאכט מיט ספר יצירה, אין די אחרונים איז דא א מחלוקה אויב א זאך וואס מבאשאפט פון ספר יצירה האט א דין ווי די זאך אדער קען מען נישט יוצא זיין מיט דעם, ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל מקבל זיין די תורה האבן די מלכים געטענה'עט תנה הודך על השמים צר הקב''ה קלסטר פניו דומה לאברהם לא זה שאכלתם אצלו בשר בחלב, שטייט אין מדרש עלית למרום שבית שבי שטייט אין מגלה עמוקות אז 'שבי' איז ר"ת ש'מעון ב'ר י'וחאי אז אין זכות פון רשב"י האבן די יודן מקבל געווען די תורה, לכאורה וואס איז די שייכות? נאר די מלאכים געטענה'עט אז דאס איז נישט בשר בחלב סאיז דאך באשאפן מיט ספר יצירה, האט די בוכ''ע געזאגט רבי שמעון האט אין מערה דאס געגעסן און מיט דעם יוצא געווען די מצוות פון קידוש און מצה וכו' במילא זעט מען אז מען קען יוצא זיין מיט א זאך וואס איז באשאפן מיט ספר יצירה במילא קען מען ענק נישט געבן די תורה, קומט אויס אז בזכות רשב"י האבן די יודן מקבל געווען די תורה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט נאך עטליכע ענינים פארוואס רשב"י איז מרומז אין בראשית ברא אלקים,
און דער רבי האט געזאגט אז די שמחה פון ל"ג בעומר איז ווייל עס איז געווען פסקו למות, און דאס איז געווען ווייל רשב"י האט גענימען 'אור' און עס אריינגעלייגט אין 'מת' במילא איז געווארן 'מאורות' און עס איז געווען פסקו למות,
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל זוכה זיין צו די 'אור' פון רשב"י און פון 'מת' זאל ווערן 'מאורות', עס זאל ווערן לעכטיג אין אידישע הייזער, און אזוי ווי עס שטייט אז מי שאין לו בנים חשוב כמת און עני חשוב כמת און איינער וואס איז קראנק שטייט אויך אין די גמרא אז ער ווערט אנגעריפן מת און די זעלבע איינער וואס איז נישט חתונה געהאט ווערט אנגעריפן פלג גופא, קומט אויס אז ביום ל"ג בעומר קען מען מאכן פון מת צו מאורות און מען ווערט געהאלפן בזכות התנא האלקי מיט רפואות, פרנסה, בנים, שידוכים, און מיט כל מילי דמיטב,
און דער רבי האט דערמאנט אז דא אויף דעם מקום ביום ל"ג בעומר האט מען מייסד געווען די חבורה פון יסודי התורה, און מען האט שוין אדורכגעלערענט זייט דעמאלטס 1,900 בלעטער גמרא! און אויף טויזענט בלאט האט מען געמאכט בחינות, דאס איז אור תורת רשב"י!
און אזוי אויך האט דער רבי געזאגט אז אי"ה קומענדיגן ר"ח סיון הייבט מען אן פון פריש ביי חבורת שונה הלכות נאכאמאל פון אנהייב שו"ע אורח חיים, דאס איז חיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום, און רבינו שליט"א האט מעודד געווען די גאנצע ציבור לריקודים ברשפי אש.
מיט ברכת המזון האט רבינו שליט"א מכבד געוועהן הגה"צ רבי זלמן האלבערשטאם שליט"א מטשאקעווע.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב, פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן לעכט לרגל יודהל"ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זצוק''ל,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן - ב"פ.
נאך מעריב איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה,
ארום 11:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אפגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מנחם אבל געוועהן הרבנים הגאונים שליט"א בני הגה"צ אבד"ק סארוואש זצ"ל ע"פ אביהם הגה"צ אבד"ק סארוואש זצ"ל,
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט למעון קודשו אין קרית יואל.
"הוא ימליץ טוב בעדנו אדונינו בר יוחאי"
א גוט שבת.
~🌴~