מיטוואך בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בהר=
-יום ל''ב למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור, ב''ר מאיר מרדכי גלאנצער,
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בעניני ל"ג בעומר, און דערביי געפרעגט א קשיא פון די בחורים און געבעטן די בחורים צו זוכן תירוצים אויף די קשיא.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
=ליל ל"ג בעומר=
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
צווישן מנחה און מעריב איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און עוסק געווען בתורתו של ר' שמעון.
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתלהבות אש.
נאך עטליכע קורצע מינוטן איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן שטח הענקי שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות רבבות אלפי ישראל.
רבינו שליט"א איז ארויף אויפן בימת הכבוד, ווי דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר לענגערע מינוטן, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות. ארום צען אזייגער האט דער רבי אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת און די כח פון שבת איז צו ווערן אפגעהיטן פון תאוות רעות, און געזאגט אז די תורה הייבט זיך אן מיט בראשית ברא 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און דאס איז געווען די תירוץ פון הקב"ה פאר די מלאכי השרת וואס האבן געפרעגט אז 'אתי למיחטא קמיך' האט הקב"ה געזאגט אז מיט די כח פון רבי שמעון בר יוחאי וואס האט די זעלבע כח ווי שבת קודש קען מען ניצל ווערן פון אלע עבירות, און דער רבי האט געזאגט אז אונז זעמיר מתפלל צו הקב"ה אז בזכות פונעם הייליגן תנא זאל מען ניצל ווערן פון אלע נסיונות דא אינעם טריפה'נע מדינה,
און דער רבי האט ממשיך געווען אז אונז גרייט מיר זיך אנצוצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלקי און געבעטן אז "היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל" אז רבי שמעון זאל אנצינדן די מדורת אש הפרטי אין יעדעמס הארץ לעבודתו יתברך שמו,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז אין די פרשה פון ויכולו השמים והארץ שטייט פינעף מאל די אותיות 'וי' ויכולו, ויכל, וישבות, ויברך, ויקדש, און מיט די כח פון שבת קודש איז מען מצרף הקב"ה צו כלל ישראל קומט צו א אלף און פון 'וי' ווערט 'טוב', האט דער רבי געזאגט אז פון זוה"ק זעט מען אז רבי שמעון האט אויך די כח צו מצרף זיין הקב"ה צו כלל ישראל במילא ווערט איבערגעדרייט פון 'וי' צו 'טוב',
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט בכיות אז עס איז דא אסאך אידן וואס שרייען וי זיי דארפן א רפואה, א שידוך, פרנסה, אדער קינדער, אדער סיי וועלכע ישועה, בעט מען "אנה ה' הושיעה בזכות התנא רבי שמעון בר יוחאי" זאל שוין ווערן פון וי צו טוב און מען זאל געהאלפן ווערן מיט וואס מען דארף,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט לענגערע ניגוני התעוררות ווי רבינו שליט"א האט מוריד געווען נחלי דמעות.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגן צום מדורה און ארויף אויפן ספעציעלען פלאטפארמע ווי מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דערנאך האבן די נדבני ההדלקה איבערגעבען זילבערנע קריגלעך מיט אויל פאר רבינו שליט"א, און רבינו שליט"א האט געגאסן די אויל אויפן מדורה, דערנאך האט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק איבערגעבען די פאקל מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה.
נאכן אנגעצינדן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בהתלהבות אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און האט געהויבן די ציבור זקנים עם נערים פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז רבינו שליט"א צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א און מען האט פארגעזעצט מיט די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט, און עס איז פארגעקומען די חאלאקעס פאר די אריבער זעכציג קינדער פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפלעך און ציצית, פארטיילט ממתקים פאר די קינדער און אנגעווינטשן פאר די עלטערן און די זיידעס.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר לענגערע מינוטן.
ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור צו ממשיך זיין מיט די ריקודין.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
א גוטע נאכט.
~🌴~