דינסטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בהר=
-יום ל"א למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות עסק התורה - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל יאקאבאוויטש.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק, און ארומגערעדט איבער די מנהג פון נישט זאגן קיין תחנון בימי הוד, און פארציילט א סיפור פונעם הייליגן דברי יחזקאל זי"ע.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי ארויף צו די אויבערשטע שטאקן פונעם בנין ווי דער רבי איז ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' משה נתן (בן הרה"ח ר' אביגדור) ראזענבערג און זיך אומגעקוקט צום ערשט אויף די מקוה וועלכע ווערט געבויעט, און דערנאך אויף די העכערע שטאקן פונעם בנין ווי עס ווערט געבויעט א שמחה זאל פארן געגענט און דערנאך אויפן אויבערשטן שטאק וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה סניף זרע קודש, און וועט זיין אין באנוץ אי"ה אויף אינמיטן זומער, דער רבי איז ארום אין אלע שטיבער און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' טובי' אבעלעס ע"פ אחותו ע"ה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א און האדמו"ר מבארנוב שליט"א ע"פ אמם הרבנית מקיוויאשד ע"ה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה פון 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~