מאנטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בהר=
~יום ל' למב"י~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי,
נאכן דאווענען האט מען אהיים שפאצירט, און עס האט זיך פארפירט א שיינע שמועס איבער די אידישע היסטאריע פון דער אלטער היים,
פארנאכטס איז דער רבי געווען אויף ביקור גומלים ביי הגה"צ ר' ישראל יצחק מענדלזאהן שליט"א - גאב"ד קוממיות ירושלים, בבית הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין,
עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בתורה וחסידות, און ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן בן בנש"ק ר' אשר ישעי' האראוויץ, דער רבי האט געמאכט א לחיים און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס און די גרויסע זיידעס פון די מחותנים, און דער רבי האט אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~