זונטאג בהר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בהר=
-יום כ''ט למב"י-
~פסח שני~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"א לעווי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין אליעזר פראנצויז, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע טעללער, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר גרשון מענדל פעלדמאן.
ב''ר יואל ווערצבערגער.
ב''ר ישעי' מנחם אהרן פריעדמאן.
ב''ר חיים צבי ראטה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ ר' ישראל יצחק מענדלזאהן שליט"א - גאב"ד קוממיות ירושלים, וועלכע איז געקומען אויפטרעטן ביים מעמד הרמת קרן התורה פאר די אברכי הכוללים,
עס האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א גריס פון מוסדותינו הק' אין בית שמש ווי ער האט לעצטענס פארהערט אין די ת"ת, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 2:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום 'מעמד פתיחת זמן הקיץ והרמת קרן התורה' פאר די אריבער זיבן הונדערט אברכי הכולל,
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ גאב"ד קוממיות שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט באגריסט די חשוב'ע גאסט די קוממיות'ע רב שליט"א, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אויף פסח שני, דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אברכי הכולל אזוי ווי מען זעט טאקע די פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון דעם כולל, און ארומגערעדט אז דאס הייבט די גאנצע שטאט, און זיי היטן און זענען מגין אויפן גאנצען שטאט, דער רבי האט מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר די הנהלת הכולל וועלכע שטרענגט זיך אן זיך צוצושטעלן צו די כולל אינגעלייט, בפרט מיטן העכערן יעצט די תמיכה פאר די אינגעלייט, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 3:00 אזייגער.
ארום 5:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה - וומ"ס, בהנהלת הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן און געגעסן חלה און דערנאך געגעסן א שטיקל מצה,
דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול לכבוד היום,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז אפילו מען ווייסט אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די התלהבות און ברען מיט וואס מען איז מקיים א מצוה אויף דעם באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און די שכר מצוה איז אז מען ווערט ניצל פון עבירות און פון מחשבות אסורים, במילא קומט אויס אז די איינציגסטע וועג ניצל צו ווערן פון עבירות איז צו טוהן מצוות מיט א התלהבות און א ברען, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים צו טוהן מצוות מיט א התלהבות, דאווענען מיט א ברען, אזוי ווי א חסידישע איד, און אזוי ווען מען קענען ניצל ווערן פון די היינטיגע נסיונות סיי אויף די גאסן און סיי פון די כלים הטמאים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע בחורים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און די גאנצע ציבור איז אריבער נעמען שריים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מנהל הר"ר יודא שטאלצבערג שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:20.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~