זונטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אמור=
-יום כ''ב למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא''ה שעהר, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר אייזיק הערש שפילמאן.
ב''ר ארי' דוב קארנבלי.
ב''ר יואל טעללער.
ב''ר יואל ניימאן.
ב''ר זעליג שרייבער ע''ה.
ב''ר אליעזר טעללער.
ב''ר יואל שווארטץ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יושע גלויבער און ר' משה רובין, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~