מיטוואך אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אחרי=
~כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע~
-יום י"א למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט מאנסי בן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15עוו. שליט"א.
ב"ר אברהם מאיר ווערצבערגער.
ב''ר יואל גרינפעלד.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט מיט גרויס התעורורות.
צו תהילים איז צוגעגאנגען הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי מסיים געווען מסכת הוריות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא במשך די ימי בין הזמנים ע"פ קריאת רבינו שליט"א, דער רבי האט געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די בר מצוה בחורים און פאר די אייניקלעך פונעם בעל הילולא, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:00 פארמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ווען דער רבי איז אנגעקומען צום בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע, דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן די הענט אינדערויסן פון בית החיים.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
פארנאכטס ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט לע"נ רביה"ק זי"ע, און צוגעגאנגען צום עמוד,
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא, תיכף ביים אריינקומען האט זיך דער רבי געוואשען, דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום אויף מסכת הוריות וסדר נזיקין וועלכע איז געלערענט געווארן במסגרת 'חבורת תורתך שעשועי', און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח בחבורת תורתך שעשועי וועלכע הייבט שוין יעצט אן סדר קדשים, און אנגעווינטשן אז בזכות דעם זאל מען שוין זוכה זיין צו מאכן א סיום אויף סדר נזיקין בגשמיות.
דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה און א סיום הש"ס און דערנאך געזאגט קדיש, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה און א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנת בעל הילולא,
און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק די בעל הילולא זי"ע בג' עמודי עולם, איבער זיין גרויסקייט אין תורה און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קרן התורה בקהילתינו הק' און איבער די עבודה וואס רביה"ק האט אריינגעלייגט אין די חלק העבודה די ווארימע תפילות וואס האט מלהיב געוועהן לבבות ישראל לאביהם שבשמים און איבער די פעולות חבוקות לרומם קרן העבודה בקרב קהילתינו הק', און איבער די שטארקע גמילות חסד פון רביה"ק ער איז געוועהן א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און אין דעם דארף מען זיך מקשר זיין, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די חבורות בקהילתינו און בפרט איבער די סיום מסכת הוריות פון חבורת תורתך שעשועי וואס דאס איז א סיום אויף סדר נזיקין און התחלת סדר קדשים, דערנאך האט דער רבי גערעדט איבער די חלק העבודה אז מען דארף דאווענען מרישה ועד גמירה אזויווי די אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געוועהן אויפן סדר מיט א ברען אויפן קול המעורר הכוונה,
און ארומגערעדט אז מען דארף זען צו מרבה זיין בצדקה וחסד, און ארומגערעדט בדברי שבח אויף די פעולות פון אנשי שלומינו פאר אחב"י אין אוקריינע, און בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מעורר געווען בעניני צניעות סיי בנוגע ביי- האר און סיי ביי אלע מלבושים, און דערנאך מעורר געווען בנוגע די טעכנעלאגישע כלים און געזאגט אז ווען איינער האט א סמארטפאון ברענגט עס אז א צווייטער זאל אויך האבן במילא אפי' אויב איינער דארף עס טאקע האבן זאל ער זיך צוריקהאלטן כדי א צווייטער זאל עס אויך נישט האבן און דאס ווערט פאררעכענט אלץ א קרבן פאר הקב"ה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער פארשידענע מכשולות וועלכע זענען פארגעקומען דעם יו"ט פסח ווי אידן זענען ח"ו נכשל געווארן מיט חמץ בפסח רח"ל, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט צוליב די התרשלות ביי מענטשן איינצוקויפן אלעס וואס מען זעט אויף פסח וואס אמאל איז דאס נישט געווען, און אזוי אויך דארף מען נזהר זיין ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע ח"ו נישט מקיל זיין צו עסן קיין זאכן וואס מען וואלט דאס נישט געגעסן אינדערהיים אזוי ווי דער ייטב לב זי"ע טייטשט 'כאשר יחנו כן יסעו' אזוי ווי מען פירט זיך אינדערהיים דארף מען זיך פירן ווען מען פארט אוועק, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען איבער קדושת חול המועד אז 'חוה"מ איז נישט קיין וואכן טאג' נישט יעדע געשעפט מעג זיין אפען און נישט אלעס מעג מען קויפן אום חוה"מ,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גזירת החינוך און אויפגעפאדערט אז יעדער איינער זאל אינטערשרייבן די פעטיציעס פאר די רעגירונג אנטקעגן די גיידליינס, און ארויסגעברענגט אז מען זאל חלילה נישט מאכן קיין פשרות אויף די חינוך פון אונזערע קינדער,
און פארענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פארן גאנצן ציבור בכחו של אותו צדיק פון רביה"ק בברכת ביאת גואל צדק בב"א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א.
נאכן סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד הגדול, און צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".
א גוטע נאכט.
~🌴~