דינסטאג אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אחרי=
~יום י' למב"י~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר נחום שמשון שווארטץ.
ב"ר נתנאל קויפמאן.
און דערנאך געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה"צ רבי העניך שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק, חתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א,
מוהל איז געווען די אבי הבן הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א.
סנדק: הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רבי העניך שליט"א.
ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'שלום אליעזר' נאך הרה"ק ר' שלום אליעזר מ'ראצפערט זי"ע.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בארזעסקי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית אין ביהמ"ד רב טוב,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי.
און מיט מכתם לדוד לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און די מדרש זאגט אז בזאת מיינט בזכות מצוות מילה, און ארומגערעדט אז דורך ברית מילה איז מען זיך מקשר צו הקב"ה און אזוי ניצט תשובה, און פארדעם ווען אהרן הכהן איז אריין יוהכ"פ אין קדשי קדשים און געוואלט אז הקב"ה זאל מכפר זיין אויף די עבירות פון כלל ישראל איז ער אריין בזכות מצוות מילה,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א און ארומגערעדט בדברי שבח אויפן ביהמ"ד און געווינטשן הצלחה אויף ווייטער, און דערנאך געווינטשן פאר חתנו הגה"צ רבי העניך שליט"א, און פאר גיסו הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט סיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע לרגל די יומדה"ק.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יואל אשכנזי און די הרחמן'ס די בני משפחה.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט, און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~