מאנטאג אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אחרי=
~יום ט' למב"י~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יושע חיים גאלדבערגער.
ב''ר יואל זאבעל.
ב''ר משה יואל קויפמאן.
ב''ר דוד עהרנטאל,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין הויף פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך לרפ"ש אויף די פילמאר גאס צו ברכת אילנות,
דער רבי האט געמאכט די ברכה, און דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר ר' אברהם לייב און פארן אנוועזנדן ציבור.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אויף די וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:50 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט, און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנז'ער רב זי"ע, און דערנאך געציילט ספירה פארן עמוד.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט אין שטוב פון נכדו הרב חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה"צ רבי העניך שליט"א חדב"ן ורב דביהמ"ד אבני צדק, חתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, אויף די קארלעסבורג גאס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות אין פיש און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די נסיעות פון רבינו שליט"א אינאיינעם מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע למקומות הקדושים בכלל און צו די שטאט צאנז בפרט,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און די חשוב'ע זיידעס און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן יולדות און די גאנצע משפחה,
ארום 12:50 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
מארגן וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס, און נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה און דערנאך די סעודת ברית אין היכל הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~